Image result for trump popularity



אן אנקעטע דורכגעפירט דורך סי-ען-ען אינאיינעם מיט אן-אר-סי וואס איז געגנומען געווארן ספעציעל אין בעפארברייטונג צו די ענדע פון די ערשטע 100 טעג אין ווייסן הויז צייגט אז דער יעצטיגער פרעזידענט איז די ווייניגסטע פאפולער פון סיי וועלכע פרעזידענט אין די היסטאריע זינט מען האט אנגעהויבן נעמען אנקעטעס מיט ארום 60 יאר צוריק.

עס איז א אנגענומענע פאליטישע טראדיציע אין אמעריקע אז נאך א צייט אפשניט פון 100 טעג טוט מען אפשאצן די ערשטע פאזע פון די פרעזידענטשאפט, און זינט פרעזידעט אייזענהאוער האט מען גענומען אנקעטעס ביי יעדן פרעזידענט ווען ער האט געהאלטן ביים אפצייכענען 100 טעג אין אמט. ביז יעצט איז די נידריגסטע צופרידנהייט ראטע געווען פון פרעזידענט קלינטאן וועלכער האט באקומען 55% פראצענט.

אין אלגעמיין האבן בלויז 44% אויסגעדרוקט צופרידנהייט פונעם פרעזידענט׳ס ארבעט, און 54% האבן אויסגעדריקט אומצופרידנהייט. אבער ווען עס קומט צו די אישוס שטעלט זיך ארויס א געמישטע בילד, אויף די צוויי הויפט אישוס העלט קעיר און אימיגראציע האבן 6 פון יעדע 10 געענטפערט אז דער פרעזידענט האט דאס שלעכט באהאנדלט. ווען עס קומט צו די פראגע איבער די עקאנאמיע איז דא בעסערע נייעס פאר׳ן פרעזידענט; ארום 6 פון יעדע 10 האבן געזאגט אז זיי זענען אפטימיסטיש איבער די עקאנאמיע.

אינטרעסאנט צו באמערקן, אז אויף די פראגע וויאזוי עס איז די אלגעמיינע צושטאנד אין אמעריקע האבן ארום 54% אויסגעדריקט צופרידנהייט, ארויף פון 46% פאריגן נאוועמבער פאר די וואלן. אזוי אויך האבן ארום 54% געזאגט אז ער טוט א גוטע ארבעט אלס קאמאנדיר פון די מיליטער און פירט זיך אויף פארזיכטיג.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל