מייקל פלין איז געווארן געווארנט נישט צו נעמען געלט פון אויסלענדישע רעגירונגען



די קאנטראווערסיע ארום דעם געוועזענעם נאציאנאלע זיכערהייט ראטגעבער מייקל פלין האט זיך צוריק אויפגעוועקט, נאכדעם וואס עס איז אויפגעדעקט געווארן אז ער האט גענומען געלטער פונעם קרעמעלין אין רוסלאנד, טראץ וואס ער איז אנגעזאגט געווארן דורך די פארטיידיגונג דעפארטמענט אז דאס קען זיין אומלעגאל, נאכדעם וואס ער האט פענסיאנירט פון די מיליטער. די דאקומענטן אין וועלכע ער ווערט געווארנט איז אנגעקומען צו די איבערזיכט קאמיטע אין קאנגרעס, וואס וועט עפענען א פרישע אויספארשונג צו אריינקוקן אין די באשולדיגונגען.

אזוי אויך האבן איבערזיכט גרופעס אין די פענטאגאן געעפנט א איבערזיכט אויף די אויסלענדישע טראנזאקציעס וואס פלין האט באקומען נאכ׳ן ארויסגיין פון די מיליטער אין 2014. דאס איז קעגן די רעגולאציעס פון די מיליטער וואס לאזט נישט מיליטערישע באאמטע נעמען געלט פון אויסלענדישע קרעפטן, וויבאלד זיי קענען ווערן צוריקגערופן אין מיליטער, און קענען נישט האבן קיין פרעמדע אינטערעסן.

פלין האט באקומען $45,000 פון א מידיע פירמע פארבינדען מיט די פענטאגאן אין 2015. שפעטער האט ער אויך געארבעט אלס לאביאיסט פאר א טערקישע פירמע, פאר וועלכע זיין פירמע האט באקומען ארום $530,000. עס איז נישט קלאר דערווייל אויב די אויספארשונג קען פירן צו א קרימינאלע אנקלאגע, און די פענטאגאן האט נאכנישט אפיציעל רעאגירט.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל