נייע סטאטיסטיקס צייגט ריזיגע וואוקס פון חרדי׳שן ציבור אין ארץ ישראל



די צענטראלע ביורא פון סטאטיסטיקס אין מדינת ישראל האט ארויסגעגעבן א גרונטליכע איבערזיכט אויף די באפעלקערונג אין מדינת ישראל, וואס צייגט וויאזוי די דעמאגראפיע ווערט צוטיילט צווישן פרייע און פרומע אידן, און וויפיל חרדים עס זענען היינט דא אין לאנד, לויט די לעצטע שאצונג וואוינען אין מדינת ישראל היינט 8,680,000 מענטשן, דארונטער 6,484,000 אידן כ״י, וואס צווישן זיי האבן 9% זיך דערקלערט אלס חרדים, וואס באדייט ארום 780,000 נפשות בליעה״ר.

ארום 11% האבן זיך דערקלערט רעליגיעז, און נאך 12% האבן געזאגט אז זיי זענען רעליגיעז-טראדיציאנאל, און נאך 24% האבן זיך דערקלערט טראדיציאנאל, וואס באדייט אז מען היט סימבאליש אפ ימים טובים און כשרות, און בלויז 44% האבן זיך דערקלערט גענצליך פריי, דאס איז א גאר שטארקע נידערונג פון אמאל ווען די איבערוויגנדע מערהייט פון דאס לאנד זענען געווען פריי.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל