הויפט ראבינאט אין מדינת ישראל פירט איין קאנטראווערסיאלע רעפארם אין פעלד פון כשרות



דער אפיציעלער הויפט רב פון מדינת ישראל, הרב דוד לאו, האט היינט פארגעשטעלט א נייע סיסטעם פון השגחה, אונטער וועלכע די ראלע פון משגיחי כשרות וועט ווערן גאר שטארק איינגעצוימט, און אנשטאט דעם וועט מען זיך פארלאזן מער אויף טעכנאלאגיע.

אונטער די נייע תקנות, וועט א פאבריק אדער געשעפט קענען אויסוועלן אנשטאט א משגיח צו האבן אינסטאלירט קאמערעס פון וועלכע מען קען אייביג האבן צוטריט איבעראל אין די פאבריק, און דאן אויפנעמען א אייגענע ״נאמן כשרות״ וועלכער וועט טוהן די ארבעט וואס פאדערט א כשר׳ע איד, ווי אנצינדן די אויוונס און באקוקן אייער און פרוכט.

דאס נוצן טעכנאלאגיע אנשטאט משגיחים, איז א אלטע דיסקוסיע אין די וועלט פון הלכה, און פארשידענע היימישע כשרות ארגאניזאציעס פארלאזן זיך אויף ענליכע מעטאדן בשעת הדחק. דאס גענצליך זיך פארלאזן אויף טעכנאלאגיע רופט ארויס קריטיק אין די רבני׳שע קרייזן, אבער די ראבינאט פארטיידיגט עס זאגנדיג אז עס וועט ענדיגן דעם פראבלעם אז פארשידענע משגיחי כשרות ווערן אונטערגעקויפט דורך די פירמעס אויף וועלכע זיי דארפן האלטן אן אויג.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל