יונייטעד וועט אנטראגן $10,000 פאר ווער עס געט אויף זיץ

יונייטעד עירליינס מוטשעט זיך נאך אלס צו פארריכטן די שאדן וואס א ווידיא האט אנגעמאכט פאר זיי. אין די ווידיא זעהט מען וויאזוי די פלי מאנשאפט טרייבט אראפ א פאסאנשיר פון פליגער אויף זייער א ברוטאלע פארנעם, און ער ווערט פארוואונדעט. די ווידיא פונעם אינצידענט האט ארויסגערופן אויפברויז, און ספעציעל נאכדעם וואס עס איז באקאנט געווארן אז דער באטרעפנדער - א 69 יעריגער דאקטאר - האט פארלוירן די צוויי פאדערשטע ציין און זיך צובראכן די נאז צוליב די קלעפ.

די אינצידענט האט פאסירט צוליב דעם וואס די פליגער איז געווען איבערגעבוקט, און דער פאסאדשיר איז געווען אויף סטענד ביי. אבער די בילד וויאזוי פאליציי און מאנשאפט קלאפן אן א רייזנדער האט געברענגט זייער נעגאטיווע פאבליציטעט פאר די פירמע, און אין ליכט פון דעם האבן זיי היינט פארעפנטליכט א רייע פרישע רעגולאציעס איבער וויאזוי צו באהאנדלן א איבערפלוס פון פאסאנשירן, צווישן אנדערע וועט די לופטליניע פון היינט און ווייטער געבן $10,000 פאר איינער וואס ווערט געבעטן צו אויפגעבן זיין זיץ אויף א פליגער. און אזוי אויך וועט מען נישט אראפפירן קיין פאסאדשירן וואס זיצן שוין אויף זייערע פלעצער.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל