פרעזידענט טראמפ: שטארקע מעגליכקייט אז עס וועט אויסברעכן א קריג מיט צפון קארעא



אין אן אינטערוויו מיט די ״רויטערס״ נייעס אנגעטור צו אפצייכענען 100 טעג אין אמט, האט פרעזידענט טראמפ געווארנט אז א פאקטישע קריג מיט צפון קארעא איז א רעאליסטישע געפאר, און קען אויסברעכן אויב צפון קארעא הערט נישט אויף אירע פראוואקאציעס, ער האט ווידערהאלט אז ער וואלט געוואלט לעזן די קאנפליקט דיפלאמאטיש, אבער אויב אלע אנדערע מיטלן ארבעטן נישט וועט ער ערנסט באראכטן א מיליטערישע אטאקע, ער האט אנגערופן נארט קארעא ״די ארגסטע גלאבאלע געפאר פאר די וועלט״

טראמפ האט באוויזן אביסל צו באליידיגן די איינוואוינער פון דרום קארעא ווען ער האט געזאגט אז ער וועט זיכער מאכן אז זיי זאלן באצאלן אר די פארטיידיגונגס קאסטן וואס אמעריקע געט אויס זיי צו באשיצן, ספעציעל אויף די מיסיל שוץ פראגראם, א אפיציעלער ווארטזאגער אין דרום קארעא האט געזאגט אז דרום קארעא טוט שוין באצאלן, און אז אזעלכע זאכן דארפן דיסקוטירט ווערן צווישן די רעגירונגען און נישט אין די מידיע.

דאס קומט אין זעלבן טאג וואס דער סעקרטערי אף סטעיט רעקס טילערסאן האט געמאלדן אז כינע טוט גענצליך קאאפערירן מיט אמעריקע, און אז די כינעזער רעגירונג האט אויך געווארנט צפון קארעא מיט שטרענגערע סאנקציעס אויב זיי טוען נישט אפשטעלן די פראוואקאציעס.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל