קאמפיוטער וואס פארקויפט אייך לייף אינשורענס




ניו יארק – לייף אינשורענס פירמעס עקספערימענטירן מיט ספעציעלע קאמפיוטער פראגראמען, וואס קענען פון אפלייענען דעם געזיכט פון א קאסטומער אפמאכן וויפיל אים צו רעכענען פאר לייף אינשורענס.

קארל ריטשנעק, פון דער לעפעטוס סאלושענס פירמע, האט ערפונדן די ספעציעלע טעכנאלאגיע צו קענען לייענען א מענטש'ס פנים און ארויסגעבן פון זיך אליינס א באריכט ווי אלט דער מענטש איז און צי ער האט עפעס קרענק. ריטשנעק זאגט אז עטליכע לייף אינשורענס פירמעס האבן שוין אויספרובירט אויך צו נוצן זיין טעכנאלאגיע, פאראויסצוזאגן ווי לאנג א מענטש גייט לעבן, וואס דאס איז עפעס וואס ס'איז שווער צו גלייבן און מאכן פינאנציעלע באשלוסן באזירט אויף דעם.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל