נייע ווארענונג איבער  מעדיצין פאר קינדער



ניו דזשערסי. – די פעדעראלע רעגירונג האט ארויסגעלייגט שטרענגע ווארענונגען קעגן נוצן צוויי גאר-שטארקע פעינקילער מעדיצינען פאר קינדער. עס האנדלט זיך פון "קאודין" און "טרעמעדאל", וועלכע ווערן צומאל פארשריבן פאר קינדער דורך פרעסקריפשאנס, און זיי געפונען זיך אויך אין די שטארקע ווערסיעס פון פארקילונג מעדיצינען.

די רעגירונג האט געהייסן די מעדיצין פירמעס ארויפלייגן שטרענגערע לעיבלס צו ווארענען מ'זאל די מעדיצינען נישט געבן פאר קינדער אונטער 12 יאר אלט, און צו באגרעניצן זייער באנוץ אפילו ביי עלטערע קינדער. דער פראבלעם איז ווייל דער קערפער פון קינדער זאפט איין א גרעסערע מאס פון טרעמעדאל און קאודין, און עס קען ברענגען געפארפול הויכע שטאפלען פון די מעדיצינען אין די בלוט – וואס ביי ערוואקסענע גייט א געוויסער פראצענט פון די מעדיצין ארויס נאטורליך פונעם קערפער.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל