נייע קאטשיוסקא בריק ענדליך געעפנט



ניו יארק – די נייע ״קאטשיוסקא״ בריק, וועלכע ווערט שוין געבויעט א לענגערע צייט צו ערזעצן די פארעלטערטע עקזיסטירנדע בריק וואס פארבינדט ברוקלין און קווינס, איז נעכטן נאכט צום ערשטן מאל געעפנט געווארן פאר׳ן פובליק.

אינמיטן טאג איז פארגעקומען א ספעציעלע צערעמאניע מיט דער באטייליגונג פון ניו יארק גאווערנאר ענדרו קאומאו, וועלכער איז געפארן אויף דער נייער בריק זיצנדיג אין א היסטארישער אויטא וואס האט באלאנגט פאר׳ן געוועזענעם פרעזידענט פרענקלין דעלאנא רוזעוועלט, און אום 11:30 נעכטן ביינאכט האבן ארבעטער אוועקגערוקט עטליכע באריקאדן און דורכגעלאזט די סאמע ערשטע אויטאס אויף דער נייער בריק.

געוויסע פייערלעשער האבן קריטיקירט קאומאו פאר׳ן גיין צו דער בריק עפענונג און פארפּאסן די באגרעבעניש צערעמאניע פונעם פייערלעשער וויליאם טאולי, וועלכער איז אומגעקומען פאריגע וואך נאכן אראפפאלן 5 שטאק ביי א פייער אין קווינס.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל