פּראבעישאן איבער איינברעכן אין מיליטערישער באזע



אהייא - א געריכט אין דעיטאן, אהייא האט נעכטן ארויסגעגעבן אן אורטייל פון 2 יאר פראבעישאן פאר א פארשוין וועלכער האט זיך איינגעבראכן אין א לאקאלער מיליטערישער באזע און אנגעזייט א טעראר שרעק.

דער פארשוין עדווארד נאוועק האט אין נאוועמבער 15׳ אריינגעדרייווט מיט זיין קאר אין דער ״רייט פּעטערסאן״ באזע, די גרעסטע אמעריקאנער מיליטערישע באזע אין אהייא, דורכפארנדיג עטליכע זיכערהייט צוימען אן זיך אפשטעלן. דאס האט געברענגט די עוואקואציעס פון 2 גרויסע געביידעס אין דער באזע און אנגייענדיגע מיליטערישע טרענירונגען זענען סוספענדירט געווארן פאר עטליכע שעה.

נאוועק האט זיך דערקלערט שולדיג אויף די קלאגעס קעגן אים און האט אויך מסכים געווען דורכצוגיין פסיכישע באהאנדלונג, אין אויסטויש פאר׳ן לייכטן טורמע טערמין.

גענומען פון די דעיטאן טעגליכע נייעס.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל