סיקרעט סערוויס ברויזט אויף טראמפ׳ס טוויטער



וואשינגטאן - קוועלער אינערהאלב דער סיקרעט סערוויס אגענטור האבן אויסגעדרוקט אויפברויז איבער דעם וואס פרעזידענט טראמפ גיט נישט אויף מיט זיינע מעסעדזשעס אויף טוויטער.

די סיקרעט סערוויס באאמטע זאגן אז זיי זענען צוגעוואוינט אז עס קומען אריין מארד סטראשונקעס קעגן יעדן פרעזידענט, און יעדע סטראשונקע באזונדער דארף ווערן אויסגעפארשט, אבער מיט טראמפ איז דאס פיל ערגער, ווייל יעדעס מאל וואס ער שיקט ארויס א ווילדן מעסעדזש אויף טוויטער זעט די סיקרעט סערוויס א כוואליע פון טויט סטראשונקעס, וואס ס'איז פאר זיי אוממעגליך נאכצוגיין און אויסצופארשן יעדעס איינע. די טוויטער קאפווייטאג פאר די סיקרעט סערוויס איז אויסער דעם וואס זיי ברויזן שוין זינט טראמפ איז אריינגעקומען אין ווייסן הויז, צוליב וואס זיי דארפן זיין סיי אין וואשינגטאן און סיי אין ניו יארק סיטי צו באשיצן טראמפ׳ס פרוי און קינד, וועלכע וואוינען דערווייל נאך אין טראמפ טאוער.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל