רומעניע - א אידישער בית החיים אין בוקארעסט, הויפטשטאט פון רומעניע, איז וואנדאליזירט געווארן, ווען א גרופע יוגנטליכע האבן אראפגעווארפן צען מציבות אויף דער ערד, פון וואס עטליכע האבן געליטן ערנסטע שאדנס.

אוריאל וויינער, א ווארטזאגער פאר דער לאקאלער בוקארעסטער אידישע געמיינדע, האט באשטעטיגט די נייעס און געזאגט אז די לאקאלע אידן זענען באזונדער שאקירט, וויבאלד מען לעבט שוין דארטן אין רעלאטיווער רואיגקייט צענדליגער יארן מיט זייער ווייניג אנטיסעמיטישע אינצידענטן.

די פאליציי האבן געזאגט אז זיי האבן שוין אידענטיפיצירט די גרופע יוגענטליכע וועלכע האבן דורכגעפירט דעם וואנדאליזם, אבער קיין ארעסטן זענען נאכנישט געמאכט געווארן - ווארשיינליך ווייל די יוגנטליכע זענען בלויז צווישן 13 ביז 16 יאר אלט און קענען סייווי נישט ערנסט אנגעקלאגט ווערן.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל