פראנצויזישער פאליטישאן לייקנט האלאקאוסט


פאריז - עס זעט אויס ווי די פראנצויזישע עקסטרעם-רעכטע נאציאנאלע פראנט פארטיי קען נישט פטור ווערן פון איר סיסטעמאטישן אנטיסעמיטיזם.

שטייענדיג אינמיטן א פרעזידענט פארמעסט אין פראנקרייך, וואו די פירערין פון דער פארטיי, מארינא לא פען, איז אריינגעקומען נומער 2 און וועט לויפן אין דער צווייטער רונדע, האט אן אנדערער פאליטישאן איבערגענומען צייטווייליג די פירערשאפט פון דער פארטיי, און יעצט קומט אפיר אז יענער האט אפאר יאר צוריק געלאזט פאלן האלאקאוסט לייקענונג קאמענטארן.

יענער איז זשאן פראנסוא זשאלקוא (Jean-Francois Jalkh), און באריכטן אין פראנצויזישע מידיא דעקן אויף א טראנסקריפט פון אן אינטערוויו וואס זשאלקוא האט געגעבן אין 02׳ ביי וועלכע ער האט געזאגט אז עס איז נישט מעגליך אז די נאציס האבן גענוצט ציקלאן-בי גאז אויסצומארדן אידן, ווייל עס דויערט א פאר טעג ביז די שעדליכקייט פון דער גאז גייט ארויס פונעם צימער וואו מען האט עס גענוצט, און די נאצישע אפיצירן פלעגן זיך אפט ארומדרייען אין די גאז קאמערן און זענען נישט געשטארבן.

אפדעיט

זשאן פראנסוא זשאלקוא האט פארלאזט די שטעלע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל