רוסישע שפיאנאזש שיף זינקט נעבן טערקיי



איסטאנבול – א רוסישע נעווי שפיאנאזש שיף האט געזונקען אינעם שווארצן ים נעבן די בארטנס פון טערקיי, נאכדעם וואס ס'האט זיך צוזאמגעשטויסן מיט א קארגא שיף וועלכע האט געפירט לעבעדיגע בהמות. 78 רוסישע נעווי אפיצירן האבן זיך געפונען אויף דער מיליטערישער שיף און אלע זענען באצייטנס עוואקואירט געווארן בעפאר די שיף האט איינגעזונקען טיפער אין וואסער.

די טערקישע רעגירונג האט געשיקט סימפאטיע וואונטשן פאר דער רוסישער רעגירונג פאר'ן זינקונג, און די טערקישע מיליטער און פאליציי האבן אויך געשיקט שיפלעך צו העלפן ראטעווען און עוואקואירן די רוסישע זעלנער.

אנאליסטן האבן אנגעצייגט, אז דער אינצידענט וואלט פונדאסניי געקענט אויפפלאמען די האקעלע באציאונגען צווישן רוסלאנד און טערקיי, ווייל וואס זוכט דען א רוסישע שפיאנאזש שיף נעבן טערקיי, אבער ס'איז אנגעוויזן געווארן אז רוסלאנד נוצט אפט די וואסערן פונעם שווארצן ים וואס לויפט דורך יענעם ראיאן, אנצוקומען צו די בארטנס פון סיריע.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל