פעדעראלע רעגירונג "שאטדאון" ווארשיינליך פארמיטן



וואשינגטאן - לויט ווי דער מצב אין וואשינגטאן האט אויסגעזען נעכטן נאכט, וועט די פעדעראלע רעגירונג קענען ווייטער געהעריג פונקציאנירן, און עס וועט זיך נישט מוזן פארשליסן פרייטאג צונאכטס אום האלבער נאכט, נאכדעם ווי מ'האט געהערט פון דעמאקראטן און רעפובליקאנער צוגלייך אז ס'איז געשלאסן געווארן אן אפמאך צווישן ביידע פארטייען, און צווישן דעם סענאט און ווייסן הויז, אויף א ביל וואס וועט צושטעלן די נויטיגע געלטער פאר דער פעדעראלער רעגירונג צו קענען אנגיין אויף אמווייניגסטנס נאך א וואך, וואס קאנגרעס וועט נוצן די איין וואך אויסצוהאמערן א בעסערן און לענגערן בודזשעט ביל.

איין אישו האט זיך אבער ארויסגעשטעלט צו זיין א שטארקער שטער צו קענען פארמיידן א רעגירונג פארשליסונג: ״אבאמאקעיר״. דאס ווייסע הויז האט שוין נאכגעגעבן פאר די דעמאקראטן, אז די געלטער פאר טראמפ׳ס גרעניץ וואנט וועט נישט זיין אריינגערעכנט אינעם בודזשעט ביל, אויך האט טראמפ נאכגעגעבן אז אינעם בודזשעט ביל וועט יא ליגן געלטער אנצוהאלטן די אבאמאקעיר בענעפיטן פאר ארימע אמעריקאנער, אצינד האט מען אבער א פרישן פראבלעם מיט אבאמאקעיר, דער פאקט אז די רעפובליקאנער אין קאנגרעס ווילן נאך היינט פרייטאג, בעפאר׳ן שטימען אויפ'ן עמורדזשענסי בודזשעט ביל, באשטעטיגן א געזעץ גענצליך אפצושאפן אבאמאקעיר.

די רעפובליקאנער אין קאנגרעס זענען מיט קוים א מאנאט צוריק דורכגעפאלן מיט זייער פרואוו בטל צו מאכן אבאמאקעיר, ווייל זיי האבן נישט געהאט די שטיצע פון זייערע אייגענע קאנסערוואטיווע מיטגלידער, אבער יעצט האבן זיי שוין יא די קאנסערוואטיווע שטיצע און ווילן דורכשטופן דעם אבאמאקעיר-אנולירונג ביל היינט פרייטאג. די רעפובליקאנער קענען דאס טאן, ווייל זיי האבן מעגליך די נויטיגע צאל שטימען, אבער די דעמאקראטן סטראשען, אז אויב וועלן די רעפובליקאנער אין קאנגרעס באשטעטיגן דעם אבאמאקעיר-אנולירונג ביל, וועלן די דעמאקראטן אין סענאט נישט שטימען אויפ'ן עמורדזשענסי בודזשעט ביל, וואס דארף האבן 60 שטימען און מוז צוקומען צו דעמאקראטישע שטיצע, דאס באדייט אין אנדערע ווערטער אז די דעמאקראטן וועלן זיין שולדיג אויב די רעגירונג פארשליסט זיך.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל