דראסטישע נידערונג אין וויזעס ארויסגעגעבן פאר לענדער אונטער טראמפ רייזע פארבאט



טראץ וואס דאס געריכט האט אפגעשטעלט די רייזע פארבאט וואס פרעזידענט טראמפ האט ארויפגעלייגט אויף 7 מוסלעמענער לענדער, דעקט אבער א נייע באריכט אויף אז די סטעיט דעפארטעמנט האט דראסטיש פארמינערט די צאל וויזעס וואס זי געט ארויס פאר די לענדער וואס זענען אונטער דעם רייזע פארבאט.

די ציפערן וואס ווערן פארעפנטליכט אין ״רויטערס״ צייגן אז אין לעצטן מאנאט זענען ארויסגעגעבן געווארן 3,200 וויזעס פאר איינוואוינער פון די 7 לענדער, קעגן א דורכשניט פון 6 ביז 7 טויזנט מאנטאליכע וויזעס וואס זענען ארויסגעגעבן געווארן פאריגן יאר. דאס איז א נידערונג פון ארום 40 פערצענט.

די סטעיט דעפארטמענט האט אוועקגעמאכט די געפונסן זאגנדיג אז דאס רעפלעקטירט נישט קיין טוישט אין פאליסי, נאר איז באזירט אויף א קלענערע צאל וויזע פארלאנגען אין די לענדער. אזוי אויך זאגן זיי אז מערץ איז אין אלגעמיין א מאנאט וואס די פארלאנג פאר וויזעס איז עטוואס ווייניגער.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל