וואוקס פון אמעריקאנער עקאנאמיע פארשטייטערט


די אלגעמיינע ציפערן וואס סיגנאַלירט די וואוקס פון די עקאנאמיע, צייגן אז די עקאנאמיע איז דעם לעצטן קווארטאל געוואקסן דאס נידריגסטע אין די לעצטע דריי יאר, מיט א גראס-דעמעסטישע פראדוקט וואוקס פון בלויז 0.7 פון א פערצענט.

דאס איז נישט קיין גונסטיגע נייעס פאר פרעזידענט טראמפ, וואס האט דורכאויס זיין קאמפיין צוגעזאגט צו ברענגען די וואוקס צו גאנצע 4%. אבער עקאנאמיסטן זאגן אז עס איז א נארמאלע ערשיינונג אז די ערשטע קווארטאל איז שוואכער, און ווערט שטערקער אין די קומענדיגע קווארטאלן. אזוי אויך צייגט די אדמינסטראציע אן אז זיי קוקן ארויס אויף די שטייער רעפארם וואס וועט געבן א גונסטיגע שטופ פאר די עקאנאמיע, און מען וועט הערשט זעהן די עפעקט אין 2018.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל