טויזנטער אידן ערווארטעט אויף שבת אין קערעסטיער און די אומגעגענט
דעם שבת פאלט אויס די יארצייט פון דעם מופת הדור הרה״ק רבי ישעיה׳לע קערעסטירער זצוק״ל, און טויזנטער אידן פון איבער די וועלט זענען געפארן צו אויסבעטן ישועות במקום מנוחתו אין שטאט באדראג-קערעסטיר, ווי זיין הויף און שטוב שטייען נאך עד היום הזה.

אין די שטאט קערעסטיר, ווערט צוגעשטעלט עסן און פולע סעודות אויף זייער א ברייטע פארנעם, א שטייגער ווי עס איז געווען איינגעפירט ביי דעם צדיק בחיים חיותו, וואס זיין שטוב איז געווען אפן פאר יעדן איינעם צו קומען זיך דערכאפן דאס הארץ.

אין די לעצטע יארן, איז די ציבור וואס קומט גאר שטארק אויסגעברייטערט געווארן. צוליב דעם וואס דאס יאר געפאלט עס אום שבת, וועלן פולע געסט וויילן אין שטאט קערעסטיר, ווי פולע ארגאניזאציעס שטעלן צו סעודות און אש״ל, און אזוי אויך געפונען זיך ארגאניזירטע גרופעס אין אנדערע שטעט אין די אומגעגענט.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל