וועלט קוקט צו מיט זארג אויף שריט פון פרעזידענט ארדואן פון טערקיי

ארום צוויי וואכן איז אריבער זינט ראַסיפּ טאיעפּ ערדאָוואַן האט געווינען א היסטרישע רעפערענדום אין וועלכע ער האט זיך דערקלערט פאר די דע-פאקטא דיקטאטור פון טערקיי, און גענומען אומבאגרעניצטע מאכטן, און ווי עס זעהט אויס פרובירט ער יעצט צו מעסטן די גרעניצן פון זיין מאכט און צייגן זיינע פויסטן פאר די גאנצע וועלט.

נעכטן האט ערדאָוואַן ארויסגערופן די צארן פון די וועלט ווען ער האט געעפנט א אפענסיווע קעגן א קורדישע מיליציע וויי.פי.זשי. (.Y.P.G) וואס ווערט געשטיצט דורך אמעריקע און שפילט א וויכטיגע ראלע אין די קאמפ קעגן אייסיס, אן אטאקע וואס האט שאקירט וואשינגטאן און די וועלט. און ערדאָוואַן האט פארשפראכן אז ער וועט דורכפירן נאך אטאקעס קעגן די גרופע וואס ער באצייכנט אלס א טעראר גרופע.

א טאג שפעטער איז באקאנט געווארן אז ערדאָוואַן האט פארארדנט א פרישע כוואליע פון ארעסטן קעגן זיינע פאליטישע קעגנער, און איבער 1,000 מענטשן זענען ארעסטירט געווארן אין לויף פון איין טאג, דאס קומט שוין נאכדעם וואס די טורמעס אין טערקיי זענען פול מיט צענליגע טויזנטער ארעסטירטע פון די לעצטע מאנאטן.

א ווארטזאגער פאר די אמעריקאנער סטעיט דעפארטמענט האט שארף פארדאמט די מיליטערישע אקציעס, זאגנדיג אז טערקיי טוט דערמיט פארלעצן די צוטרוי וואס מען האט אויפגעבויט צווישן די צוויי לענדער, אבער די טערקישע רעגירונג האט געזאגט אז זיי האבן אינפארמירט די אמעריקאנער מיליטער צוויי שעה פאר די אטאקע.

עקספערטן האלטן אז סיי די אינטערנאציאנאלע אקציעס און סיי די ארעסטן אין טערקיי זענען פארבינדען, דאס איז א פרואוו פון ערדאָוואַן צו צייגן פויסטן, און ווייזן אז ער האט מאכט און ער פלאנט עס צו נוצן, עס בלייבט איבער צו זעהן די רעאקציע פון די וועלט צו די פאקט אז טערקיי גליטשט זיך אריין צו א דיקטאטורשאפט.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל