כינע באנייעט איר ערשטע אייגן געבויעטע לופט-געצייג טרעגער


אין א צייכן פון מיליטערישע מאכט איז אין בעידשינג היינט געפייערט געווארן מיט גרויס פאראדע דאס באנייאונג פון א שפאגל נייע לופט-געצייג טרעגער [עיר-קרעפט קעריער] וואס איז דאס ערשטע וואס כינע האט אליין געבויט, און די צווייטע אין די כינעזער ים פלאטע, כינע האט אין 2015 צום ערשטן מאל געמאלדן איבער דאס אויפבוי פון דעם מאסיוון שיף, און היינט האבן זיי עס אפיציעל באנייעט.

ווייניג לענדער פארמאגן לופט-געצייג טרעגער, עס איז א גאר קאמפליצירטע און טייערע זאך צו בויען, און ווי עקספערטן זאגן איז די כינעזער שיף גאר אונטערשטעליג פון די גאר פארגעשריטענע אמעריקאנער עיר קרעפט קעריערס, אבער דאס צייגט אויף מאסיווע פארשריט פאר די כינעזער מיליטער און זיי זענען ערווארטעט אין די צוקונפט צו ארויסקומען מיט מער פארגעשריטענע שיפן, וועלכע קענען זיך פארמעסטן מיט די אמעריקאנער טעכנאלאגיע.

כינע׳ס ערשטע לופט-געצייג טרעגער האט זי געקויפט פון אוקראינע און אריינגעלייגט יארן פון ארבעט עס צו אהערשטעלן אז עס זאל קענען פונקציאנירן, די יעצטיגע שיף האבן זיי אנגעהויבן בויען אין 2013, און טראץ וואס די געבוי איז פערטיג וועט נאך נעמען א שטיק צייט עס צו ענדיגן אויסשטאטן מיט די נויטיגע טעכנאלאגיע עס זאל זיין גרייט צום באנוץ.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל