Image Alternative Text

די פאלעסטינער אויטאריטעט האט געמאלדן אז זיי באטראכטן א רייע שריט צו באשטראפן די כאמאס טעראר גרופע וואס הערשט איבער עזה, אלס שטראף פאר׳ן נישט קאאפערירן מיט די צענטראלע פאלעסטינער פירערשאפט, דאס רעכנט אריין שניידן די פינאנצן פאר די גרופע וואס ווערט אויסגעהאלטן דורך די פאלעסטינער אויטאריטעט.

די צענטראלע פאלעסטינער פירערשאפט אין ראממאלא איז קאנטראלירט דורך די פאטאח גרופע, אין שפיץ פונעם פרעזידעט מוכאמאד אבאס, כאמאס האט איבערגענומען קאנטראל איבער עזה אין 2007 און ארויסגעווארפן די פאטאח גרופע פון די עזה פאס, זינט דאן האבן די פאטאח און כאמאס גרופעס פרובירט עטליכע מאל צו קומען צו א פארשטענדעניש.

טראץ וואס די גרופעס זענען אויף מעסער-שטעך, טוען זיי זיך אפיציעל אנערקענען איינער דעם אנדערן, און די פאלעסטינער אויטאריטעט שיקט געלט פאר כאמאס צו קענען פינאנצירן די ציווילע געברויכן, אצינד טוט די פאלעסטינער פירערשאפט סטראשען צו ענדיגן די פינאצירונג אויב כאמאס טוט זיך נישט גענצליך צושטעלן צו די פירערשאפט.

כאמאס האט דערווייל אוועקגעמאכט די סטראשעריי און געזאגט אז זיי שרעקן זיך נישט, טראץ וואס אזא שריט קען זיין קאטאסטראפאל פאר זיי. דאס קומט אין די זעלבע צייט וואס כאמאס גרייט זיך צו טוישן איר מאניפעסטא און זיך דערקלערן אלס א פאליטישע ארגאניזאציע אנשטאט ביז יעצט וואס זי איז געווען א רעליגיעזע טעראר גרופע.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל