רוסלאנד האט די דריט גרעסטע מיליטערישע בודשעט


רוסלאנד האט דראמאטיש פארגרעסטער איר מיליטערישע אויסגאבן, וואס ברענגט איר צו זיין די דריטע אויף די ליסטע פון לענדער וועלכע געבן אויס דאס מערסטע אין מיליטערישע ספענדונג, לויט א לעצטע באריכט האט רוסלאנד אין 2016 אויסגעגעבן נאנט צו 70 ביליאן דאלער, אלס טייל פון א פלאן וואס פרעזידענט פוטין האט אויפגעוויקלט אין 2011 אונטער וועלכע רוסלאנד טוט אינוועסטירן די אסטראנאמישע סומע פון 360 ביליאן דאלער אין לויף פון 14 יאר צו מאדערנעזירן די מיליטער.

די רוסישע מיליטער איז ביז עטליכע יאר צוריק געווען גאר אונטערשטעליג, און טראץ וואס זי האט פארמאגט מאכטפולע וואפן פון די סאוויעטישע צייטן זענען אירע געצייג געווען פארעלטערט און פארדשאוועט, אבער אין די לעצטע פאר יאר איז די מיליטער אריבער א שטארקע מאדערנעזאציע, און מארשירט פאראויס אויפ׳ן וועג צו ווערן איינע פון די וועלטס שטערקסטע מיליטערישע קרעפטן.

אין לויף פון די לעצטע יאר האט רוסלאנד באוויזן צו העכערן די אינוועסטירונג אין איר מיליטער, און דערמיט געווארן די דריט גרעסטע אויסגעבער פאר מיליטערישע צוועקן, איבערנעמנדיג די פלאץ פון סאודי אראביע, זי האט אויסגעגעבן ארום 5.6% פון איר נאציאנאלע איינקונפט פאר מיליטערישע צוועקן, דאס קומט אין א צייט וואס די רוסישע עקאנאמיע איז ארויסגעקראכן פון א טיפע רעסעסיע וואס איז געקומען אין ליכט פון די אינטערנאציאנאלע סאנקציעס.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל