פראנקרייך זאגט אז זי האט באווייזן אז אסאד האט דורכגעפירט די כעמישע אטאקע אין סיריע

טראץ וואס די וועלט האט אנגענומען די שטעלונג פון עקספערטן אז אסאד איז דער וועלכע האט דורכגעפירט די ברוטאלע כעמישע אטאקע אויף ציווילע בירגער וועלכע האט איבערגעלאזט 89 טויטע, איז אבער נאך אלס נישט פארהאן קיין קאנקרעטע באווייזן אז די אטאקע איז דורכגעפירט געווארן דורך די מיליטער פון אסאד, אבער דער פראנצויזישער אויסערן מיניסטער דשאן מארק אריאלט זאגט אז זיין לאנד האט קלארע באווייזן דערויף.

ער זאגט אז עקספערטן אין פראנקרייך האבן גענומען עקזאמפלארן פון די כעמיקאלן וועלכע זענען גענוצט געווארן אין די אטאקע, און זענען געקומען צו די אויספירליכע באשלוס אז די כעמיקאל איז אזאנס וואס בלויז די אסאד מיליטער האט צוטריט דערצו.

די אסאד רעזשים און די רוסישע רעגירונג האלטן זיך ביי זייערס אז די אטאקע איז דורכגעפירט געווארן דורך א רעבעלן גרופע וואס האט געזוכט צו באשמירן אסאד און ״מאכן זיין רעגירונג אויסקוקן שלעכט״ לויט א ווארטזאגער פונעם קרעמעלין האלט זיך רוסלאנד ביי זייער פאזיציע.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל