אמעריקאנער ביזנעספרוי געפונען געווארן שולדיג אויף שפיאנאזש קלאגעס אין כינע
א געריכט אין כינע האט צוגעטיילט דריי און האלב יאר טורמע פאר א אמעריקאנער ביזנעספרוי נאכדעם וואס זי האט זיך מודה געווען אין די שפיאנאזש קלאגעס וואס די רעגירונג האט אייגערייכט קעגן איר, די קלאגעס גייען שוין צוריק מיט איבער צען יאר אין די אנהויב 90'ער יארן ווען זי האט אנגעגבליך געארבעט פאר די אמעריקאנער רעגירונג, אבער זי איז ארעסטירט געווארן אין 2015 ווען זי איז געווען דארט אויף א באזוך אינאיינעם מיט א דעלעגאציע פון אפיציעלע באאמטע פון טעקסאס.

די פרוי סענדי פאן-גיליס פון טעקסאס איז א כינעזער געבוירענע, און לויט איר מאן איז זי אומשולדיג אויף די קלאגעס, און זי האט זיך מודה געווען בלויז צו אויסמיידן א שווערערע אורטייל, אבער ער האט נישט אויסגעברייטערט איבער די דעטאלן, די אמעריקאנער און כינעזער רעגירונג זענען געקומען צו א אפמאך נישט צו פובליצירן קיין דעטאלן איבער די קעיס, די אורטייל איז גאר לייכט און עס וועט ווערן אראפגערעכנט די יארן וואס זי איז שוין געזיצן וואס באדייט אז זי וועט אינגיכן ווערן אויסגעליפערט קיין אמעריקע.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל