מעגליכע דורכברוך: ׳פרידאם קאקוס׳ אינדארסירט פלאן צו רעפארמירן העלט קעיר

נאכדעם וואס די גרופע האט ביז יעצט אפגעשטעלט פרואוון צו רעפארמירן העלט קעיר, און אויפלעזן אבאמאקעיר, קוקט אויס ווי די רעפובליקאנער פארטיי האט געגרייכט א פארשטענדעניש וואס וועט איר ערלויבן זיך צו רוקן פאראויס מיט איר אספיראציע צו אויפלעזן אבאמאקעיר, די פרידאם קאקוס האט געזאגט אז זיי זענען געקומען צו א פארשטענדעניש מיט די פירערשאפט פון די פארטיי אויף א פשרה, אונטער וועלכע זיי וועלן יא שטימען פאר א געזעץ וואס אנולירט אבאמאקעיר טראץ וואס עס קומט נישט נאך אלע זייערע פארלאנגען.

די גרופע וואס נעמט אריין ארום 30 קאנסערוואטיווע געזעצגעבער האבן אין זייער סטעיטמענט געזאגט ״טראץ וואס די פרישע פלאן טוט נישט געצליך אויפלעזן אבאמאקעיר, האבן מיר אבער א פליכט צו אונזערע וויילער צו גרייכן א פשרה און מיר וועלן שטיצן דעם יעצטיגן ביל״

די יעצטיגע ווערסיע וועט אבער מעגליך אויסשטיין קעגנערשאפט פון מער מעסיגע רעפובליקאנער וואס האלטן אז עס גייט צו ווייט, ספעציעל אין סענאט ווי עטליכע סענאטארן האבן שוין אויסגעדריקט סקעפטיציזם איבער די קאמפראמיס וואס לויט זיי איז צו עקסטרעם, און געט צו ברייטע מאכטן פאר די סטעיטס אן צו באשיצן אזעלכע וואס קענען זיך טרעפן אן העלט קעיר.

די דורכברוך קומט אין די זעלבע צייט וואס די ווייסע הויז ארבעט אינטענסיוו צו פארמיידן א רעגירונג שאטדאון דעם פרייטאג.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל