ווייסע הויז שטעלט פאר דראמאטישע טעקס רעפארם
דער טרעזשורי סעקערטאר סטיוו מענוטשין האט היינט פארגעשטעלט די שטייער פלאן פון פרעזידענט טראמפ און עס באצייכנט אלס די מערסט דראסטישע שטייער רעפארם אין אמעריקאנער היסטאריע, און די גרעסטע שניט וואס איז סיי ווען געזעהן געווארן, ער אנהאלט א מאסיווע שניט פון די קארפארעיט טעקס ראטע פון 35% צו בלויז 15%, און דאס וועט אריינרעכענען אויך קליינע ביזנעסער.

אזוי אויך טוט עס רעפארמירן די שטייער קאוד עס זאל זיין מער צוגענגליך און מער איינפאך, אנשטאט די ביז יעצטיגע 7 קאטעגאריעס פון איינקונפט שטייערן וועט זיין בלויז 3 ברעקעטס, וואס וועט זיין 10%, 25%, און די העכסטע פאר אינדיווידועלע וועט זיין 35%.

מענושטין האט געזאגט אז די שניטן וועלן ווארשיינליך זיין פאר 10 יאר, וויבאלד דער פרעזידענט שאצט אז פערמענאנטע שטייער שניטן וועלן נישט באקומען די נויטיגע שטיצע אין קאנגרעס. ער האט רעאגירט צו די פראגע איבער די מאסיווע דעפעציט וואס אזא שטייער שניט וועט ברענגען זאגנדיג אז די פלאן איז אז די מאסיווע לאך פון קעש וואס די פירמעס וועלן האבן וועט צוריק אריינגיין אין די עקאנאמיע און וועט עווענטועל ברענגען אז די עקאנאמיע וועט זיך מאסיווע אויסברייטערן, א זאך וואס וועט צוריק פארשליסן די לאך אינעם נאציאנאלן בודשעט, אזוי אויך וועלן פירמעס צוריקברענגען זייערע הויפטקווארטירן צו די פאראייניגטע שטאטן, נאכדעם וואס פולע גרויסע פירמעס האבן עס אוועקגעפירט צו לענדער מיט א נידריגע קארפארעיט טעקס ראטע.

די דעמאקראטישע פירער האבן רעאגירט צו די פלאן שוין אנהייב וואך, טראץ וואס זיי האבן עס נאכנישט געזען, זאגנדיג אז די שטייער שניטן וועלן הויפטזעכליך בענעפיטירן די גאר רייכע וועלכע שטייען אין שפיץ פון די קארפארעישאנס, ״דאס איז נישט קיין שטייער שניט פאר אמעריקע, עס איז א ריזיגע רויבעריי פון די רעגירונג קאסע דורך טראמפ פאר אים און זיינע חברים אין די ביזנעס וועלט״ האט טשאק שומער געזאגט היינט אינדערפרי.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל