אור אלטע אידישע אוצרות געפונען ביי רויבער אין טערקיי און אין ארץ ישראל


אין א אינטערסאנטע צופאל האבן פאליציי אין טערקיי פארהאלטן א גרופע רויבער אין טערקיי און קאנפיסקירט א ריזיגע אוצר פון גאר ווערטפולע אידישע אנטיקן, אריינגערעכנט א חומש פון איבער 1500 יאר אלט וואס ווערט געשאצט צו קומען פון אינסטאנבול, אין אינעם זעלבן טאג האבן פאליציי אויך געכאפט ריזיגע געגנבט׳ע אוצרות פון אידישע חפצים אין אן אראבישן דארף נעבן שכם.

אין די דארף נעבן שכם האט מען געפונען הונדערטער חפצים נאך פון תקופת בית שני, צווישן אנדערע הונדערטער מטבעות און צירונג וואס ווערן געשאצט צו זיין טויזנטער יארן אלט, דער אייגענטומער זאגט אז ער האט די רעכט דערצו און אז ער האט עס אליין געטראפן און געזאמלט, אבער לויט די מדינת ישראל געזעץ טאר מען נישט קויפן אזעלכע זאכן אויף די שווארצע מארקעט נאר דורך די ארכעאלאגישע אגענטור פון די רעגירונג, און עס איז שטראפבאר מיט דריי יאר טורמע.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל