סטעיט סענאטאר דוד גרינפעלד רופט פאר דעמאקראטישע פארטיי צו אפזאגן אנטי-סעמיטישער קאנדידאט
אין ליכט פון די קאנטראווערסיע ארום די קאנדידטור פון טאמעס לאפעז-פיערע וועלכער נוצט אנטי-סעמיטישע רעטאריק פאר זיין קאמפיין פאר די קאונסיל זיץ אין מאנהעטן, האט גרינפעלד געזאגט אז ער ערווארטעט אז די פארטיי זאל אנולירן די קאנדידאטור פון לאפעז. פילע דעמאקראטישע פאליטיקאנטן האבן איינגעשטימט מיט דעם, אריינגערעכנט מעיאר די-בלאזיא וועלכער האט פארדאמט די סטעיטמענטס פונעם קאנדידאט.

לאפעז האלט זיך דערווייל ביי דאס זייניגע און זאגט אז זיינע קאמענטארן זענען נישט קיין אנטי-סעמיטיזם וויבאלד עס צילט בלויז לענדלארדס, ״איך האב אסאך רעספעקט פאר אידן, אבער נישט פאר די אידישע געלד-גייציגע לענדלארדס וואס פארביטערן דאס לעבן פון די שווארצע און לאטינאס״ האט ער געזאגט אין א סטעיטמענט.

ער טוט באשולדיגן די אידישע לענדלארדס אין הייבן די פרייזן אין די געגענט, און זאגט אז דאס איז מיט א ציהל צו ארויסווארפן די ארימע שווארצע פאמיליעס, אבער האט אנערקענט אז די פרייז אויפשטייג איז פאקטיש א רעזולטאט פון די די-רעגולאציע פון די ריעל עסטעיט מארקעט אין מענהעטן צוריק אין 1997, אין וועלכע שווארצע געזעצגעבער זענען אייגנטליך געווען אינסטרומענטאל.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל