קאטאר עירליינס עפנט וועלטס לענגסטע רוט קיין ניו זילאנד


קאטאר עירליינס האט היינט אנאנסירט א נייע רוט פון אירע הויפטקווארטירן אין דוחא ביז אוקלענד אין ניו זילאנד, א רייזע פון 17 שעה און דרייסיג מינוט, די וועלטס לענגסטע רייזע אנע אפשטעל, מיט א דיסטאנץ פון באלד צען טויזנט מייל, דאס איז א רייזע וואס פלעגט אמאל געמאכט ווערן מיט 3 סטאפס, און היינט מיט די מער פארגעשריטענע פליגערס וואס נוצן ווייניגער גאזאלין קען מען זיך דאס ערלויבן.

מיר זענען נאר נישט מקנא די וועלכע דארפן בלייבן שטעקן אין די מיטסלסטע זיץ פאר 17 און א האלב שעה.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל