די טערקישע מיליטער האט אויסעגעפירט לופט אטאקע דינסטיג אין איראַק און סיריע, זאָגענדיג אז עס איז געווען געצילט אויף די די קורדישע ארבייטער פּאַרטיי, אָדער פּי.קעי.קעי., אַ גרופּע עס קלאַסיפיצירט אלס טעראָריסטיש.

אין אַ געשריבענע דערקלערונג, האָט די טערקיש אַרמיי געזאגט אַז זי האט "נוטראַלייזירט" 70 פּי.קעי.קעי. "טעראָריסטן" - פערציג אין צפון איראַק און דרייסיג אנדערע אין צפון-מזרח סיריע.

אבער צוויי אנדערע קורדישע גרופּעס, וואָס די פאַראייניגטע שטאַטן העלפט אין די קאַמף קעגן אייסיס, האט געזאגט אז די טערקישע אטאקעס האבן גע'הרג'עט מער ווי צוואנציג פון זייערע קעמפער.

פינף פון די קרבנות זענען געווען צווישן קורדישע קעמפער אין צפון איראַק, באקאנט ווי "פּעשמערגאַ".

אנדערע זענען געווען געמאלדן דורך דער וויי.פי.זשי., אַ קורדיש גרופּע אין צאָפנדיק סיריע.

ביידע גרופּעס האָבן באוויזן זיך צו אהערשטעלן צו זיין פון די מערסטע אפעקטיווע קאַמף כוחות אויף דער לאנד-קריג קעגן אייסיס. דינסטיג'ס לופט אטאקע האט אויפגעדעקט די קאָמפּליצירטע פּלאָנטערן פון קורדישע קריגערישע גרופּעס אין דער געגנט, און די שווערע באשלוסן שטייען פאר די פאַראייניגטע שטאַטן אין איר רעגיאָנאַלע בונדן אין די שלאַכט קעגן אייסיס.

איראק ווארענט טערקיי

די פינף פּעשמערגאַ קעמפער זענען זעהט-אויס גע'הרג'עט געוואָרן בטעות ווען טערקישע מלחמה פליגער האבן אויסגעפירט לופט אטאקעס פאַרטאָגס אויף סינדזשאַר בארג, מערב פון מאָסול, אויף דערנעבענדיגע פאזיציעס פון די פּי.קעי.קעי., לויט צו אַ ווארטזאגער פאַר די פּעשמערגאַ מיניסטעריום. ניין אנדערע זענען פארוואונדעט געווארן און אריבערגעפירט געווארן צו אַ דערנעבענדיגע שפּיטאָל.

די פּעשמערגאַ האט ארויסגעגיבן אַ דערקלערונג לייגענדיג די שולד אויף די אנוועזענהייט פון די פי.קעי.קעי. גרופּע, וואָס איז געווענליך באזירט אין טערקיי. עס האט געזאגט עס האט שוין פון לאַנג געבעטן די פי.קעי.קעי. צו פארלאָזן די בארג סינדזשאַר געגנט.

"איינע פון אונזערע פּעשמערגאַ מיליטערישע פּאָסטנס ליגט זייער נאָענט צו די לופט-אטאקע און איז בטעות שלאָגן געווארן," האט געזאגא די ווארטזאגער פאַר די פּעשמערגאַ מיניסטעריום.

די איראַקער קאַבינעט האט פארדאמט די טערקישע לופט-אטאקעס, זאָגנדיג אז עסאיז א ערנסטע אומרעכט קעגען איראַק'ס זעלבסשטענדיגקייט, לויט צו אַ דערקלערונג פון דער איראַקער פּריים מיניסטער'ס מידיאַ אָפיס.

"די איראַקער רעגירונג וואָרנט טערקיי קעגן איבער'חזר'ן דעם אומגערעכטיגקייט, וואָס קען פירן צו הארבערע שריט וואס וועט האבן א ווירקונג אויף די השתדלות פון איראַק און די אינטערנאַציאָנאַלע געמיינדע אין דער קריג קעגן טעראריזם," האט דערקלערונג געזאגט.

די קאָמפּליצירטע פּלאָנטערן אין סיריע וועט אייך מאַכן די קאָפּ שווינדלן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל