דאנעלד טראמפ וואס איז געלאפן מיטן הויפט צוזאג פון ריפיעלן און ריפלעיסן אבאמאקעיר ווערט איינגעשוואירן אין ווייניגער ווי צוויי וואכן אבער דערווייל קוקט עס אויס א היבש ווייטער מציאות; אויפן מאמענט קוקט אויס ווי אבאמאקעיר וועט נישט אוועקגיין אזוי שנעל ווי מ'האט געקלערט, אויב בכלל.

די פייט איבערן ריפיעל האט זיך אנגעהויבן תיכף דעם פארלאפענעם דינסטאג מיטן קאנגרעס צוריקקער פון זייער וועקאציע. אינעם זעלבן טאג זענען ערשינען פרעזידענט אבאמא און וויצע פרעזידענט-עלעקט מייק פענס. אבאמא איז געקומען סטראטאגירן מיט דעמאקראטן וויאזוי עס צו ראטעווען און געפאדערט זיי זאלן אנהייבן א 'אן דע גראונד' אפעראציע דורכן ארומפארן אין זייערע דיסטריקטס ערקלערן די סכנות אויב די ביל פאלט. 

וויצע פרעזידענט עלעקט מייק פענס איז ארויפגעקומען רעדן מיט רעפובליקאנער און נאך א פארמאכטע מיטינג מיט די קאנגרעסניאלע פירער ערקלערט אז ער איז "עקסיידעד" זיך צו נעמען צו די ארבייט פון ריפיעלן אבאמאקעיר און אז מ'דארף עס ריפיעלן תיכף ומיד און דערנאך וועט מען דעבאטירן אין די נעקסטע חדשים וויאזוי/אויב צו ריפלעיסן.

למעשה אין די נאכפאלגענדע טעג האט זיך אנגעהויבן ארויסשיילן אז זאכן זענען נישט אזוי גלאטיג ווי מ'האט זיך געראכטן.

פאול רייען האט ארגינעל געהאט פארשפראכן אז מ'גייט שטימען צו ריפיעלן אבאמאקעיר נאך דעם ענדע יאנואר אבער א טוץ רעפובליקאנער סענעטארן, צווישן זיי 'טאם קאטאן' און 'באב קארקער' האבן געמאלדן אז זיי גייען נישט שטימען צו ריפיעלן אבאמאקעיר אנע ריפלעיסמענט פעקעדזש, א זאך וואס יעדער איז מודה וועט נעמען יארן, אויב געלונגען סוקסעספול בכלל.

סענעטאר רענד פאול וועליכער איז אויך פון די גרויסע פארפירער אז ריפיעלן אבאמאקעיר אן עס ריפלעיסן תיכף ומיד וועט זיין א קאטאסטראפישע באשלוס האט היינט געמאלדן אז ער האט גערעדט מיט טראמפ און דער פרעזידענט עלעקט איז פולקאם איינשטימיג מיט אים.

למעשה, דאס עצם שרייבן א נייע העלטקעיר ביל האבן שוין רעפובליקאנער פראבירט די לעצטע 6 יאר און עס איז קיינמאל נישט געקומען נאענט צו א פאראייניגונג צווישן די רעפובליקאנער, אפילו זינט דעם טראמפ געווינס ווען עס איז געווארן קלאר אז מהאט ענדליך אן ערענסטער מעגליכקייט צו צוריקדרייען דעם ביל האט מען ווייטער געהערט פון קוועלער אינערהאלב קאנגרעס אז עס איז נישטא דערווייל קיין קאממאן גראונד אויף קיין איינע פון די פילע פארגעשלאגענע אבאמאקעיר אלטארנעטיוון.

אין פאל אלע רעפובליקאנער פאראייניגען זיך יא למעשה וועט נאך אויספעלן 60 סענעטארן צו באשטעטיגן א נייע ביל, מאמענטאל האבן די רעפובס. 52 שטימען (הגם ריפיעלן זעלבסט קענען זיי יא מיט בלויזע 52 שטימען).

יעצט, דער דעמאקראטישער סענעאט פירער 'טשאק שומער' האט זיך נעכטן געלאזט הערן אז די דעמאקראטן גייען נישט שטימען צו באשטעטיגן קיין שום נייע העלטקעיר ביל אין פאל אבאמאקעיר ווערט ריפיעלד. הגם מ'דארף רעכענען אז א צאל דעמאקראטן וואס קומען פון רויטע שטאטן וואס טראמפ האט שטארק געווינען וועלן מעגליך יא שטימען מיט די רעפאבליקאנער איז אבער די נומער 60 א שווערע זאך צו דערגרייכן.
אין אנדערע ווערטער, כדאי צו קענען ריפיעלן אבאמאקעיר וועלן די רעפובליקאנער זיך מוזן קודם פאראייניגן, וואס קוקט אליין אויס א ווייטע מעגליכקייט, דערנאך פאראייניגן קאנגרעס מיט סענאט, אויך א שווערע זאך, דערנאך וועלן זיי נאך מוזן צוקומען צו כמעט א מנין דעמאקראטן, וואס שומער טענהט וועט נישט פאסירן. אין אנדערע ווערטער: א גאר הויעכער בארג ארויף.

אן אנדערע מעגליכע אויסוועג פאר די רעפאבליקאנער איז עס צו הארגענען שטילערהייט מיט א שטייטע טויט. א רעפובליקאנער פירער אין קאנגרעס האט ערקלערט וואס עס זענען די מעגליכע שריט וואס זיי באטראכטן.

קודם קען טראמפ אליין אראפנעמען די אמענדמענט פון די קנס/טעקס פאר די וואס אנטזאגן זיך פון העלט אינשורענס, א סעיף וואס קאנגרעס האט בשעתו געגעבן אטאריטעט פארן פרעזידענט צו מענאווערן (כדאי צו קענען זיין פלעקסיבל מיט די פארלאנגען פון די אינשורענס פירמעס ), דאס וועט מאכן אלע יונגע אויפן עקסטשעינדזש אנטלויפן און איבערלאזן די אלע וועם די אינשורענס פירמעס דארפן נישט.. עס וועט צווינגען די פירמעס צו שטארק הייבן די פרימיומס פאר יעדעם.

קענען די רעפובליקאנער אין קאנגרעס אראפנעמען די הויעכע העלטקעיר שטייער וואס די גאר רייכע דארפן צאלן אויף אבאמאקעיר, דאס וועט אוועקנעמען א ריזיגע חלק פון די פאנדינג פונעם עקסטשעינדזש.

דאס נישט עמטליך אבער במיאות ריפיעלן און נישט ריפלעיסן אבאמאקעיר איז אין א וועג נאך ווייניגער שעדליך פאליטיש ווי אריינשטעלן א נייע געזעץ, וואס ווי געשריבן אפילו עס געלונגט זיי איבערצוקומען אלע אויבענדערמאנטע שוועריגקייטן און זיי לייגן אריין אין קראפט א גענצליך נייע העלטקעיר ביל וועלן זיי דערנאך זיין בעה"ב אויף אלע פראבלעמען דערפון. 

דערווייל קוקט דאס אויס די מערסט נאענטע וועג צום מציאות פון הארגענען אבאמאקעיר, עס איז אבער נישט קלאר אויב טראמפ אדער בכלל גענוג רעפובליקאנער וועלן האבן חשק צו אזא שפיצל וואס וועט ווארשיינליך אויך נישט אריבערגיין אזוי שטיל און קען אויך האבן ערענסטע פאליטישע קאנסעקווענצן.

ימים ידברו.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל