
אילינאי – א מאן האט אריינגעגעבן א קלאגע קעגן די "באוס מוזיק און סאונד" פירמע, מיט דער טענה אז אירע דראטנלאזע העדפאונס שפיאנירן אויף די באנוצער, און גיבן ארויס סודות איבער וואס זיי הערן זיך צו.
דער קלעגער, עמיצער קייל זעק, האט אריינגעגעבן א קלאגע אינעם פעדעראלן געריכט אין שיקאגא, טענה'נדיג אז ער האט געצאלט 350 דאלאר פאר ווייערלעס העדפאונס פון דער באוס פירמע און האט שפעטער אראפגעלאדענט דעם עפפ פון דער פירמע וואס שטעלט צו פארשידענע בענעפיטן פאר די העדפאונס. ער האט ביים אראפלאדענען דעם עפפ איבערגעגעבן זיין אימעיל און אנדערע אינפארמאציע פאר דער פירמע. עס האט זיך שפעטער ארויסגעשטעלט אז די פירמע זאמלט אינפארמאציע פון די מוזיק וואס די באנוצער הערן זיך צו, און פארקויפן דאס צו א פירמע וואס זאמעלט קאנסומער אינפארמאציע, און דאס איז גענוצט געווארן אויף אים צו ליפערן רעקלאמעס.
ער טענה'ט אז די אינפארמאציע פון די מוזיק איז פריוואט און סענסיטיוו, ווייל אויב עמיצער לאדענט זיך אראפ צו הערן מוסולמענער פרעפלערייען, קען זיך פאר די רעגירונג דוכטן אז ער איז א טעראריסט.
הוסף רשומת תגובה