וואס מיינט שווארצע לעכער? 

די שווארצע לעכער אדער ווי ס'הייסט אין ענגליש "Black holes", דאס זענען סופער מאסיווע פלעצער אין ספעיס, וואס זענען אנגעפילט מיט מאסע, און צוליב זייער גרויסע מאסע איז זייער גראוועטי זייער שטארק. 

די גראוועטי איז אזוי שטארק, אז כדי צו קענען אוועקלויפן דערפון, מוז מען פליען שנעלער ווי די ספיד אוו לייט, און וויבאלד גארנישט אין די בריאה קען נישט טרעוולן שנעלער ווי די ספיד אוו לייט, קען גארנישט אנטלויפן פון זיין גראוועטי. אפילו לייט! דאס טייטשט, אז די ליכטיקייט וואס איז פארהאן דארט, אדער סיי וועלכע אנדערע שטראלן, קענען נישט אוועק שטראמען פון די שווארצע לאך. 

אלס א רעזולטאט, ווען מיר קוקן אויף א בלעק האול, זעען מיר גארנישט. מ'קען גארנישט אויפכאפן דערפון. אלעס איז שווארץ. טויט. 

ארום די שווארצע לאך ווערט אנגערופן event horizon, דאס איז די לעצטע פלאץ ווי לייט קען נאך אנטלויפן. אלעס ביים עיווענט האריזאנט דרייט זיך מיט א משונה'דיגע שנעלקייט, כמעט אזוי שנעל ווי די ספיד אוו לייט. 

מייקראסקאופ ווס. טעלעסקאופ. 


א מייקראסקאופ איז געמאכט צו גרויס מאכן פיצעלע זאכן. מ'לייגט פארגעשריטענע לענסעס איינס אויפן צווייטן, און מיט גאנצע פארגעשריטענע אויסשטעל קען מען מאכן פיצעלע זאכן מיליאנען מאל די סייז. 

א טעלעסקאופ איז געמאכט צו נאנט מאכן ווייטע זאכן. ס'האט שפיגלעך מיט גלעזער. און ווי גרעסער די טעלעסקאופ איז, אלס נענטער קען מען זעהן א געוויסע ווייטע אבדזשעקט. געוויסע טעלעסקאופס זענען גרויס ווי א גאנצע בנין, און אויף געוויסע פלעצער איז פארהאן אפאר טעלעסקאופס איינס נעבן צווייטן, וואס יעדע איז גרויס ווי א געביידע. 

וואספארא טעלעסקאופ האט מען גענוצט? 


אסטראנאמיסטן זענען אויפגעקומען מיט א געניאלן איינפאל, מ'גייט ניצן 8 טעלעסקאופס אויסגעשפרייט איבער די ערד קוגל און זיי צוזאמען שטעלן דורך א געוויסע טעכנאלאגיע אלס איין נעטווארק און ס'ארבייט ווי איין טעלעסקאופ, די נעטווארק ווערט גערופן "עיווענט הארייזען טעלעסקאופ", ס'איז אזוי פאוערפול ווי כאילו די טעלעסקאופ זאל ווען זיין אזוי גרויס ווי די גאנצע וועלט. 

וויאזוי מען עס אפגעכאפט? 


קודם האט מען געדארפט ווארטן אז די וועטער זאל זיין געאייגנט ביי אלע טעלעסקאופס, וואס איז ממש אוממעגלעך. 

ווען דאס איז שוין ענדליך געלונגען, זענען אסטראנאמיסטן געשטאנען פאר 5 נעכט אין-א-צו ביי די גיגאנטישע טעלעסקאופס, און אפגעכאפט די ליכט שטראלן און ראדיא שטראלן וואס קומען פון די עיווענט הארייזען פון צוויי סופער מאסיווע שווארצע לעכער. 

יעדע טעלעסקאופס האט אפגעכאפט אזויפל דאטא, אז ס'גייט נעמען חדשים פאר די סייענטיסטן צו אנאליזירן די דאטא, צו זעהן אויב מ'האט טאקע אן עכטע בילד פון די שווארצע לעכער. 

די דאטא איז אזוי סאך, אז מ'קען עס נישט טרענספערן אויף די אינטערנעט. די דאטא איז גרויס אין פארגלייך צו 10 טויזנט טערעבייט הארד דרייווס. די איינציגסטע עצה איז צו אפטראגן די הארד דרייווס פיזיש צו די סופער קומפיוטער, וואס קען באהאנדלען אזויפל דאטא און עס אנאליזירן. 

די דאטא ביי דרום פאול קען מען נישט טרענספערן ביז נאכן ווינטער סעזאן דארט, וואס ענדיגט זיך אום חודש אלול. 

איינמאל אלע דאטא גייט דארט זיין, הייבט זיך אן די ארבייט פון צוזאם שטעלן די ליכט שטראלן און ראדיא שטראלן, וואס איז א לאנגע און קאמפליצירטע ארבייט. 

ווען די ארבייט וועט זיין פארטיג, האפן די אסטראנאמיסטן צו האבן א קלארע בילד וואס ס'גייט פאר דארט ביים שווארצע לאך. עס גייט נאכאמאל זיין א טעסט, צו איינשטיין איז גערעכט געווען מיט זיין טעאריע פון "גענעראל רעלאטיוויטי", וואס מ'האט שוין איינמאל און נאכאמאל אויפגעוויזן צו זיין ריכטיג.


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל