עמאציאנאלע שוועריקייטן; א מציאות נישט קיין משוגעת!
וויאזוי וואלט זיך געשפירט א איד מיט די ביטערע מחלה ה"י, ווען א חבר זאגט אים"מאך דיר נישט נאריש. עס פעלט דיר גארנישט?!..."

בנוסף צו די שרעקליכע צער און יסורים וואס גייען דורך ל"ע אויף מענטשן מיט נפשיות'דיגע שוועריקייטן און דיסארדערס, קומט צו ווי זאלץ-אויף-די-וואונדן די "סטיגמע" און "בושה" מיט וואס מען דארף זיך ספראווען.

דער חורבן דערפון איז פילפאכיג:

  1. ערשטנס איז דאס אומזיסטע יסורים ע"ג יסורים, ווען מען געניסט נישט פון די חיזוק און מיטגעפיל פון די ארומיגע, וואס א מענטש מיט א פיזישע מחלה געניסט יא, פארגרינגערנדיג זיין צער.
  2. וויבאלד מענטשן האבן מורא און שעמען זיך מיט זייער קרענק, טוט מען נישט די ריכטיגע השתדלות זיך צו היילן, מען דערשטיקט דעם ווייטאג אין זיך, ווי איידער צו גיין צו א דאקטאר וואס קען היילן, ווייל מען וויל פארמיידן פון ווערן אנגעשמירט מיט די "סטיגמע" פון "מענטל קראנק".
  3. בעיקר איז דער אומבאגרייפליכע ווייטאג פון ווערן באשולדיגט און געטאדלט דורך די ארומיגע, ווי גלייך עס איז בידו פונעם מענטש נישט צו זיין קראנק, און מען ווערט דירעקט געפייניגט און דערקלערט אלס "משוגענער".
דאס ערשטע שטאפל דאס צו פארעכטן איז Awareness!
וויבאלד דאס אלעס קומט פשוט מחמת חסרון ידיעה, דארף מען פשוט מעורר זיין דעם כלל אז: גייסטישע פראבלעמען איז אן אמת'ע "העלט-קאנדישאן" נישט קיין "משוגעת"! עס איז קיין שום חילוק צווישן א איד מיט דייעביטיס, הארץ-קראנקייטן, די ביטערע מחלה ה"י, ווי א איד מיט ענקזייעטי, דעפרעסיע,OCD, וכד', זיי אלע פארדינען אונזער רחמנות, הילף און שטיצע!

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל