עמאציאנאלע דיסארדערס טוען וויי!

"עס זענען דא וואונדן וואס זעהט זיך נישט אן אויפ'ן קערפער, אבער איז טיפער און ווייטאגליכער ווי סיי וועלכע וואונד וואס בלוט..."

עס איז פאראן א טעות ביי מענטשן אז אויב מען זעהט נישט קיין סימנים אויף יענעמ'ס הויט, אויב עס גיסט נישט קיין בלוט, דאן איז יענער נישט קראנק. ער פארמאגט דאך נישט קיין קריץ, ער גייט נישט מיט קיין קראָטשעס/גיפס...

דער פשוט'ער מציאות איז, אז א נפשיות'דיגע דיסארדער קען וויי-טון פונקט אזוי און אפילו ערגער ווי סיי-וועלכע פיזישע מחלה, מיט איין חילוק אז דער וואונד איז אינעם "נפש", נישט אויפ'ן "גוף", במילא קען מען עס נישט זעהן!

גייסטישע ווייטאג איז אפשר ווייניגער דראמאטיש ווי פיזישע ווייטאג, אבער איז מער פארשפרייט און עס איז פיל שווערער דורכצוטראגן.

מען זעהט טאקע נישט קיין צו'מזיק'טע גלידער, אבער די אומזעהבארע יסורים ברענען אינעם נפש, די באטרעפענדע שלאגן זיך מיט זייער דיסארדער יעדע מינוט פון טאג; זיי ליגן נישט צוגעבינדן צום בעט אין שפיטאל, אבער זענען פארשפארט אין זייער אייגענע תפיסה.

גייסטישע יסורים קענען זיין יסורי איוב. עס זענען שוועריקייטן וואס קען ח"ו באטרעפן סיי-וועם, און מען קען עס היילן בעז"ה, עס פעלט אבער קריטיש אויס אז מען זאל איר באטראכטן אזוי ווי זי איז, נישט פארלייקענען איר עקזיסטענץ.


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל