נאס"א אינאיינעם מיט פארשער פון אייראפע, האבן היינט אין א פרעסע קאנפרענץ פארפענטליכט עפעס וואס זיי באצייכענען ווי "איינע פון די גרעסטע געפונסן אין די היסטאריע פון אסטראנאמיע". נעמליך, אז פארשער האבן אנדעקט נאך א סאלער סיסטעם, דאס הייסט אזוי ווי אונזער זון וואס ארום איר דרייען זיך אונזער פלאנעט מיט די שכנות'דיגע פלאנעטן, האבן זיי געטראפן נאך אזא גאלאקסיע.

די גאלאקסיע געפונט זיך 40 ליכט יארן אוועק, און באשטייט פון זיבן פלאנעטן בערך די זעלבע גרויס ווי אונזער פלאנעט ערד. זיי האבן עס א נאמען געגעבן "טרעפיס". די סיבה פארוואס די אנדעקונג איז אזא שטארקע נייעס, איז וויבאלד טעארעטיש האבן די פלאנעטן די מעגליכקייט צו אנטהאלטן לעבעדיגע ברואים, דאס הייסט אז די אטמאספער דארט און די טאמפעראטור קען פראדוצירן די מאס אקסעדזשען און וואסער וואס עס נויטיגט זיך פאר לעבן. און אזוי אויך זענען די פלאנעטן בערגיש, און נישט קיין ווייכע אדער פליסיגע מאטריאל אזוי ווי אנדערע פלאנעטן.

נאסא, אינאיינעם מיט עטליכע אייראפעישע לענדער, האלטן אינמיטן בויען א העכסט פארגעשריטענע טעלעסקאפ, וואס וועט ערמעגליכן צו געבן א נענטערע בליק אויף די פלאנעטן, און קלארשטעלן אויב עס פארמאגט טאקע וואסער, און מעגליך אין די צוקונפט אויב דארט איז דא לעבעדיגע באשעפענישן.


נאסא איז - ווי באקאנט - שטענדיג אויף די מיסיע צו טרעפן פלאנעטן און סיטעמען וועלכע ענדלען צו אונזער סיסטעם און אונזער וועלט. געוועהנליך זוכן זיי "וואסער", ווייל דאס גיבט די מעגליכקייט צו קענען אויפהאלטן לעבן ווי אונז ווייסן עס.

נעכטן האבן זיי געמאלדן איבער א שטוינענדע טרעף. א קליינטשיגע שטערן - גרויס בלויז 8%, מיט א שיין בלויז א 2000'סטל - פון אונזער זון. מיט זיבן פלאנעטן וועלכע דרייען זיך ארום איר. 5 פון זיי בערך אזוי גרויס ווי אונזער וועלט, און די אנדערע צוויי עטוואס קלענער. (די גאנצע רעינדש אין גרויסקייט איז פון 25% גרעסער ווי אונזער וועלט ביז 10% קלענער.)

לכתחילה האבן זיי געמיינט אז עס געפינען זיך בלויז דריי פלאנעטן אין יענע סיסטעם, אבער ניצענדיג א טוץ פון די פארגעשריטענסטע טעלעסקאופס, האבן זיי געפינען נאך 4. דאס איז געקומען ווען יענע פלאנעטן זענען אריבער זייער זון, און פארשטעלט עטוואס דערפון פון אונזער זעה ליניע און געגעבן א גרינגע מעגליכקייט צו מעסטן זייער גרויסקייט.

די גאנצע סיסטעם איז רעלעטיוו צו די גרויסקייט פון ספעיס ממש אין אונזער בעקיארד. די זון איז "בלויז" 39 ליכט יארן אוועק, הגם עס וואלט גענומען פאר די שנעלסטע ראקעט - וואס מיר פארמאגן - 200,000 יאר אנצוקומען אהין.

די ערשטע דריי וועלכע זענען די נענטסטע צו זייער זון, זענען וויירשיינליך צו הייס צו קענען אנטהאלטן וואסער אדער לעבן. די לעצטע פלאנעט - די ווייטסטע פון די זון - איז שוין צו קאלט. אבער די דריי אינדערמיט, זענען פונקט גוט! זיי געפינען זיך אין די "גאלדילאקס זאנע" (פאר די וואס האבן געליינט דעם בוך... ווייסן אז די קליינע בערעלע'ס זופ, בענקל, און בעט, זענען געוועהן פונקט גוט...), וואס אויב זאלן זיי פארמאגן אטמעספערעס, קענען זיי אנטהאלטן וואסער, וואס וואלט טעארעטיש געקענט אויפהאלטן לעבן אויפן ארט.

די גאנצע סיסטעם איז גאר קליין ווי צוזאם געשטיפט. זעקס פון די פלאנעטן ענדיגן א רייזע ארום זייער זון (א לאקאלע יאר), אין בערך צוויי וואכן! מיט די נענסטע מאכענדיג א צירקל יעדע איינס א האלב טאג. און די לעצטע האט א יערליכע גאנג פון 20 טאג.

וואלטן אונזערע פלאנעטן געוועהן אזוי נאנט צו אונזער זון וואלט נישט געבליבן דערפון קיין שריד ופליט, און וואלט פארברענט געווארן אין א רגע. אבער יענע צענטער שטערן איז פיל קלענער און פיל קילער ווי אונזער זון, און דעריבער קענען זיי אנגיין אזוי נאנט.

די פלאנעטן זענען אזוי נאנט, אז די ציאונגס קראפט - איין פלאנען אויפן צווייטן - שפּאַרט זיי איין זיך צו דרייען אויף די זעלבע זייט. און ווי אונזער לבנה, וועט בלויז איין זייט דערפון זיין אויסגעדרייט צו די זון, מיט האלב פון יעדע פלאנעט בלייבענדיג קאלט און טונקעל. נישט קיין חילוק ווי זי האלט אינעם גאנג.

זייענדיג אזוי נאנט, ווען איינער זאל ארויפקוקן אויפן הימל שטייענדיג אויף פיפטן פלאנעט (די פלאנעט מיט בעסטע אומשטענדן פאר לעבן), וואלט ער געזעהן א גרויסע זון צען מאל גרעסער ווי אונזערע. און גרויסע פלאנעטן צוויי מאל די גרויס ווי די לבנה הויערן העכער איר.

די נעמען פון די פלאנעטן (עכ"פ אויף דערווייל), זענען בוכשטאבן. A איז פאר די זון אין אזוי ווייטער ביז H.


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל