וואס איז תפילה?

לאמיר פאר א מינוט לייגן אין די זייט די חלקים פון שבח און הודאה. און קאנצעטרירן בלויז אויף די חלק פון "בקשת צרכים". וואס איז די תכלית און משמעות דערפון?

בפשטות און בהשקפה ראשונה וואלט א יעדער געענפערט: וואס הייסט וואס די תכלית איז? אוודאי געוויס איז די תכלית פון "בקשת צרכים בתפילה" אז מען בעהט די באשעפער ער זאל זיי צוהערן און ממלא זיין מיינע בקשות און תפילות אויף וואס איך בעהט, דארף, און האף. און באמת טאקע אזוי האלטן כאטש טייל ראשונים. (עיין בספר החינוך ועוד) אבער איך מיין אז עכ"פ אויף צי מחנך זיין קינדער און בחורים איז נישט כדאי צו גיין מיט דעם מהלך. פארוואס?

רעדנדיג לעצטנס מיט איינער וואס טוט אסאך מיט קינדער און בחורים מיט יודישקייט פראבלעמען, און איז היינט פון די סאמע גרעסטע און דעם פעלד ביים חסידישן עולם און אפילו ביי די ליטווישע אויך, האט ער מיר מסביר געווען אז די זאך טויג נישט און דארף האבן א תיקון.

די פראבלעם?

דער מחנך זאגט מיר: אז ליידער איז דא אסאך הייליגע לעכטיגע יודישע קינדער וואס נאכען דורכגייען שווערע מצבים, הערן ליידער אויף צי דאווענען השם ירחם. הייליגע ידישע קינדער וואס האבען ליידער פארלוירן א טאטע אדער א מאמע רח"ל קומען טייל מאל אן צי א מצב אז זיי האבען שוועריגקייטן, אדער דאווענען א טייל מאל בכלל נישט רח"ל והשם ירחם. ס'איז פשוט, איז מיר דער מחנך מסביר: זיי זאגן מיר אז אויב די תכלית פון דאווענען איז אז די באשעפער זאל ממלא זיין מיינע בקשות, פארוואס ווען איך האב אזוי שטארק געדאווענט און אויסגעזאגט אן א שיער מאל תהילים, בין איך נישט געהאלפען געווארען? איז מיר שוין בעסער נישט צי דאווענען אפשר אזוי וועל איך יא געהאלפען ווערען רח"ל והשם ירחם.

רבי אביגדר מילער זצ"ל ענפערט

כדאי צו ברענגען א סיפור פון דעם באקאנטן חכם און צדיק רבי אביגדור מילער ע"ה. האט איהם איינער געפרעגט אט די פראגע. ס'שטייט קרוב השם לכל קוראיו וכו' איך זעה אז ס'איז נישט אמת. ווייל אויב יא, ווי אזוי קען זיין אז איך האב געדאווענט אויף א געוויסע ענין אן א שיער מאל און איך בין נישט געהאלפען געווארען? אלא מאי אז די באשעפער האט מיך נישט אויסגעהערט און מיך נישט געענפערט! זאגט איהם רבי אביגדור ברוב חכמתו: נו זאגסטו דאך אליינס אז דער באשעפער האט דיך יא אויסגעהערט און געענפערט! קיקט איהם דער יוד אן אינגאנצן פארוואונדערט... אזוי? וואס האט מיר דער באשעפער געענפערט? זאגט איהם רבי אביגדור: יא, איך זעה די פארשטייסט נישט, דער באשעפער האט דיך געענפערט ניין!

וואס וויל איך דא ארויסברענגען?

אודאי געוויס איז דא בחינות עד אין סוף אין תפילה. און חז"ל זאגען אונז קלאר אז ס'איז נישט דא אזא זאך אז א יודישע תפילה זאל פארלוירן גיין! "ואינו חוזרת ריקם". נאר נישט אייביג איז די טובה פון דעם מענטש דאס וואס ער בעהט, און קען זיין וועגן דעם איז די באשעפער נישט ממלא זיין בקשה. אדער אפשר וויל די באשעפער ער זאל נאך מער בעהטן און מתפלל זיין.

אויסלערנען א קינד ווי אזוי?

אבער אז מען לערענט אויס א קינד אדער בחור וואס מיינט תפילה, פארוואס דער חלק פון "בקשות צרכים" איז געמאכט? פארוואס זאל מען דען זאגן פארן קינד ווי די טייל ראשונים וואס לערנען אז "בקשת צרכים בתפילה" איז דער פשט אז מען בעהט די באשעפער ער זאל ממלא זיין אונזערע בקשות, און נאכדעם קען ווערען פראבלעמען השם ירחם... לכאורה איז אסאך בעסער זיי צו לערנען, אז די תכלית פון "בקשת צרכים" פון תפילה איז ווי אנדערע ראשונים לערנען (כוזרי ורמב"ם) כדי צו האבען א נאנטן קשר און דביקות מיט דעם הייליגן בורא כל עולמים! עפעס א קלייניקייט? (אז מען האט א קשר מיט א נאנטע חבר רעדט מען זיך אויס צו איהם די אייגענע פראבלעמען אפי' ער קען נישט אדער וועט מיר נישט אייביג העלפן).

דער נתיבות שלום איז מסביר די מהלך פונעם רמב"ם

לאמיר מקדים זיין אפאר קשיות: (די נתיבות שלום פרעגט די קשיות דארט בהמשך). אויב איז חלק "הבקשת צרכים שבתפילה" בלויז אז דער באשעפער זאל זיי ממלא זיין. (1). פארוואס הייסט דאס עבודה שבלב? וואו קומט די לב דא אריין?! בטבע בעהט א מענטש וואס ער דארף נאר, פארשטייצעך מיט די גאנצע הארץ! (2). ווער נאך ווי די באשעפער ווייסט פינקטליך וואס אלס זיינע ליבע יודישע קינדער "בני בכורי ישראל" דארפן האבן. פארוואס דארפען מיר איהם עס בעהטן?

זאגט דער "נתיבות שלום" די תרוץ איז: אז די עיקר תכלית פון תפילה איז צו זיין דבוק און מקשר מיט השי"ת! און ווי זיס און ווי הייליג איז אז מען קען האבען א קשר מיטן הייליגן טאטן אין הימל! און אודאי געוויס וועט ער שוין ממילא פון זיך אליינס ממלא זיין אלע אונזערע בקשות! ווייל אז א איד האט א קשר און איז דבוק בהשם יתברך, ווערן ממילא נתבטל אלע דינים! און ס'קען נישט קומען נאר בלויז חסד און רחמים אויף דער מענטש. אבער די עיקר תכלית פון תפילה איז 'דביקות בשם' צי זיין דבוק און מקשר מיט השי'ת, נישט דא קיין גרעסערע זכיה ווי דעם!


דא האט איר דעם לשון פונעם "נתיבות שלום":
(פרק תפילה מאמר א') ער ברענגט די מהלך פון די ראשונים (דער כוזרי און דער רמב"ם) אז די תכלית פון תפילה, און פון "בקשת צרכים בתפילה" איז:
והוא ע"פ המבואר "שעיקר תכלית התפילה הוא דביקות בהשי"ת". ועפ"ז בלשונו של הרמב"ם וז"ל: המתפלל יהי' פונה אל השי"ת, עומד על רגליו, מתענג בלבו ובשפתיו. ידיו פרושות, וכלי דיבורו הוגים ומדברים, ויתר חלקיו חרדים ונרעדים. ולא יסיר מהנעים קולות ערבים. "מתדבק", מכין עצמו, מתחנן, כורע ומשתחוה, בוכה לפני מלך גדול ונורא. "ותגיע אליו השקיעה והפלצות, עד שימצא נפשו בעולם השכליים, נכנעה נפשו הנכבדה והוציאה אותו מין המוחשות!" עכ"ל. שרייבט ווייטער דער נתיבות שלום: "כולו ציור נפלא על ענין התפלה שכולה דביקות עילאית!" פירט דער נתיבות שלום אויס: ועפ"ד "כי שורש התפלה הוא הדביקות בד'!"
בילד: תפילה

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל