האט איר זיך אמאל געווינדערט פארוואס האט נאסא אויסגעקליבן די ארט "קעיפ קענעוורעל" אין פלארידע, פאר זייער ארויספלי פלאטפארם? פון גאנץ אמעריקע, דוקא פלארידא?!

און די וואונדער איז נאך גרעסער, ווען אָריגינעל זענען די ערשטע ראקעטן וואס מען האט ארויסגעשאסן, ארויסגעפלויגן פון א מיסיל טעסט-רעינדש אין ניו מעקסיקא, און מען האט עס נאר שפעטער אריבערגעפירט דוקה צו פלארידא. פארוואס?

און די וואונדער גייט נאך ווייטער. ווי באקאנט, איז פלארידא א סטעיט וועלכע מיטשעט זיך מיט שטענדיגע האריקעינס און רעגן שטורעמס, א זאך וועלכע פאראורזאכט שטענדיגע "דילעיס" מיט די ארויסשיס דאטומען.

עס האט שוין פאסירט דארט אז א ראקעט - בלויז סעקונדעס נאכן ווערן ארויפגעשאסן - האט זיך געטראפן מיט א בליץ און פונעם גאנצן ראקעט איז געבליבן א קליינע הויפן סקרעפ מעטאל.

איז פארוואס נישט טרעפן א בעסערע ארט?

באמת זענען פארהאן צוויי הויפט סיבות:

די ערשטע איז פשוט. די ראקעטן זענען געווארן זייער גרויס און מער געפארפול, און נאסא האט געזוכט א פלאץ פין ווי זיי ארויסצושיסן, אן שטעלן די איינוואוינער אין געפאר.

ווי אויך האבן זיי געזוכט א ארט וואס איז נעבן די וואסער, אזוי ארום צו קענען טראנספערירן די ראקעטס דורכן וואסער, און נישט דורך באוואוינטע ערטער, און מיט דעם אויסשטעלן די מענטשן צו די געפאר פון א עקסידענטעל אויפרייס.

אבער די סיבה איז נישט די גאנצע תירוץ. אמער די גאנצע מזרח ברעג איז נעבן וואסער, טא פארוואס נישט אויסקלייבן א צווייטע סטעיט, וועלכע האט בעסערע וועטערן, און איז נישט אויסגעשטעלט צו נאכאנאנדע האריקעינס וכו'?

הערט און שטוינט!

לאמיר זיך פארשטעלן, א "סידי" וואס דרייט זיך אינעם סידי שפיל-מאשין. אינדערמיט איז פארהאן א רינדעכיגע לאך, און וויטער איז ער פלאך ביזן עק וועלכע איז אויך רינדעכיג.


לאמיר מאכן צוויי צייכענונגען אויפן סידי, איינס ביי איר אינעווייניגסטע רונג און איינס ביים עק פונעם סידי אינדרויסן. אויב זאל מען איר אראפלייגן פלאך אויף דער ערד און עס דרייען א פולע צירקל ביז די צייכן קומט אן צום זעלבן פלאץ ווי עס איז געווען ביים אנהייב, מערקט מען א פשוט'ע זאך. ווען די אינעווייניגסטע צייכן קומט אן צו איר ארגינעלע פלאץ, איז די דרויסענדע צייכן אויך אנגעקומען צי איר ארגינעלע פלאץ. ביידע האבן געמאכט א פולע קרייז אין די זעלבע צייט.

יעצט, וויפיל שטח איז די צייכן וואס איז אינעווייניג ביים קליינעם צירקל געפארן? לאמיר זאגן א אינטש. יעצט וויפיל איז די דרויסענדע צייכן געפארן? פיל מער! הגם ביידע האבן גענדיגט די זעלבע צירקל, איז די דרויסענדע צייכן געגאנגען פיל מער אין די זעלבע צייט ווי די אינעווייניגסטע. און אנדערע ווערטער, די דרויסענדע עק איז געפארן שנעלער ווי די אינעווייניגסטע.



לאמיר עס נעמען איין טריט ווייטער. שטעלט אייך פאר אז די סידי האט נישט קיין לאך בלויז א פלאכע רינדעכיגע פלאטע. אויב זאלט איר מאכן א פונטל פונקט אין צענטער, און דרייען די סידי פלאכערהייט, וועט זיך די צייכן נישט רירן פון ארט. איר מאכט א פולע צירקל, אבער פונקט אינדערמיט איז די צייכן אויפ'ן זעלבן ארט די גאנצע צייט.

אט די זעלבע מעשה פאסירט מיט די וועלט.

די וועלט איז דאך רינדעכיג, אבער די וועלט שטייט נישט אויף איין פלאץ. זי דרייט זיך אויף איר עקסעל, ארום און ארום ווי א דריידעל. הגם מיר שפירן דאס נישט, איז עס אבער א פאקט.

יעצט טראכט אריין, אויב זאל איינער שטיין אויף די "נארט" אדער "סאוט פאול", וועט ער זיך נישט רירן פון ארט, ווארום די וועלט דארט ביים שפיץ מאכט בכלל נישט קיין צירקל.

אלס אראפציער פונעם שפיץ, ווי די וועלט ווערט ברייטער און ברייטער, אלץ א גרעסערע קרייז מאכט זי, ביז מען קומט אן צום ברייטסטן פלאץ - ביים "עקוועיטער" - דארט מאכט זי די גרעסטע צירקל, און ווי נאר מען גייט ווייטער, און די וועלט פארשמעלערט זיך, ווערט די קרייז צוריק קלענער און קלענער.



אבער געדענקט, די צייט איז די זעלבע. די וועלט מאכט א פולע צירקל, אויף איינמאל. עס נעמט די זעלבע לאנג פאר די וועלט אנצוקומען צום זעלבן פונקט, נישט קיין חילוק ווי איר זענט, צו אין אלאסקע צו אין ניו יארק. א רינג, איז א רינג.

אין אנדערע ווערטער, ווי ברייטער די וועלט ווערט, אלץ שנעלער דרייט זי זיך, ווייל זי דארף - כאילו - אניאגן פיל מער שטח - טויזענטער מיילן, אין די זעלבע צייט וואס דער ביים עק גייט קוים א אינטש.



נאך איין נקודה. ווען א ספעיס שאטעל פליעט ארויס, און וויל גרייכן - לאמיר זאגן - די אינטערנאציאנאלע ספעיס סטאנציע, וועלכע פליעט ארום אין "ארביט" רונגס ארום די וועלט, איז אויסער וואס זי דארף פארן אויף ארויף איר צו גרייכן, דארף זי אבער אויך אויפיקן אסאך ספיד נאך צו יאגן איר ציל, וועלכע פליעט א מעכטיגע 17,150 מייל א שעה.

און דא קומט פלארידא אריין אינעם בילד. זייענדיג געאגראפיש זייער נאנט צום עקוועיטער (עכ"פ די נענסטע אין אמעריקע), אטאמאטיש דרייט זי זיך פיל שנעלער ווי לאמיר זאגן ניו יארק. נאך פאר זי הייבט אפילו אן ניצן איר אייגענע קראפט, ווערט זי ווי ארויסגעשאסן דורך די ערד זעלבסט, און זי פליעט מיט די שנעלקייט פון די וועלט.

מיט דעם וועט איר אויך פארשטיין פארוואס ראקעטן ווערן שטעדיג ארויסגעשאסן צו "איסט", ווייל די וועלט דרייט זיך אין יענע ריכטונג.

די שאטעל פליעט צו "איסט", גייט איינמאל האלב ארום די וועלט צו אויפיקן ספיד און ענערגיע דערנאך געבט זיך עס א רייס ארויס און פליעט ארויף

טא, אויב וועט איר אין די "ערשטע רגע" א בליק טאן אויפן ספעדאמעטער פונעם שאטעל, וועט איר דארט זעהן שטיין "איר פארט יעצט אויף 913 מייל פער שטונדע!" אט דאס הייסט א "העד סטארט".

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל