פון פרידן

איך זעה זייער אסאך מאל ביי די ענינים פין ירושלים, ארץ ישראל, וכדומה, אז מענטשן מישן זייער אסאך די רוחניות פין דעי ענינים אין די גשמיות פין דעי ענינים, און גראדע איינע פין די הויפט כפירה פין די רעיון הציוני איז דאס מגשם זיין רוחניות'דיגע מושגים צו גשמיות'דיגע באגריפן

הבריאה

די גאנצע בריאה איז איינגעטיילט, יעדע זאך איז פארהאן וואס משרשם איז ממקורות וואס זענען שרשם פון די טומאה, נאכדעם וואס איז גלייך פון מקור טומאה אליינס, אין כנגדם וואס זענען ממקור הקדושה.

אין די מענשהייט, זענען די גוים שרשם ממקור הטומאה די זרע עמלק פין די טומאה אליינס, און אידען עם ה' ממקור הקדושה, וואס אויסערלעך איז אונזער גוף ווי אלע מענטשען אויף די וועלט, אבער אין פנימיות זענען מיר די עם ה' און א חלק אלוקי ממעל מיט א נשמה, וואס דאס מאכט אונזער גוף אויך הייליג.

אזוי איז מיט חיות ובהמות, און יעדע זאך. די כשרע, זענען ממקור הקדושה, און קדושה איז מקור החיות, זענען זיי נישט טורפים, און דאס מעגן אידן - וואס זענען ממקור הקדושה - עסן. די טמא'נע חיות, זענען שורשן ממקור הטומאה און די חזיר איז פון די טומאה אליינס, און פארדעם איז לעתיד - ווען עס וועט זיין רוח הטומאה אעביר מין הארץ - וועט עס זיין מותר, און א לייב וועט פאשענען מיט א שאף.

און אזוי איז מיט יעדע זאך, און די זעלבע מיט לענדער.

ארץ העמים איז שרשם ממקור הטומאה, און די שרי מעלה הערשן דארט. הר שעיר איז די טומאה אליינס ווי די ס"מ הערשט, און נאכדעם איז פארהאן ארץ ישראל, ווי די באשעפער אליינס דארף הערשן, אויסערלעך די זעלבע ווי אלע לענדער אין די וועלט, אין ירושלים ווי אלע הויפט שטעט, אבער אין פנימיות איז עס די עיר ה' אין ירושלים די שער השמים, און דאס מאכט דעם גוש אויך הייליג .

חומר בקודש

און פונקט ווי ווען א איד וועט זינדיגען איז עס זיין ערגער ווי ווען א גוי זינדיגט, וויל מען נעמט די קדושה אריין אין די טומאה, די זעלבע ווען מען זינדיגט אין אר"י במקום הקדושה איז ערגער ווי ווען מען זינדיגט אין חוץ לארץ.

אונזער גלות איז נישט נאר דאס אליינס אז מיר גופים הערשן נישט אויף ירושלים, נאר אז אונזער רוחניות, אונזער כוחות הקדושה, הערשט נישט אויף ירושלים, און די קדושה פון ירושלים איז אין גלות, און אז די כוחות הטומאה האבן פארטריבן די שכינה פון איר הערשאפט

און ווען מען איז דארט מושל שלא עפ"י תורה, ובפרט ווען פושעים און כופרים זענען דארט מושל, איז עס אסאך ערגער, ווייל דאס מיינט אז אר"י וירושלים איז אין גלות ביי אידן וואס די מינים וכופרים איז די גרעסטע טומאה און יזי זענען די ס"מ, ווייל די ערב רב זענען מזרע עמלק אליינס, און דאס מיינט אז די ס"מ איז מושל.

זיי - די ציונים - האבן אויסגעניצט אונזער נשמה'דיגע בענקשאפט צו קדושת ארץ ישראל, פאר זייער שקצות, מגשם געווען די גאנצע ענין אין א גשמיות'דיגע זאך, ווער עס הערשט אין אר"י, און ליידער זייער אסאך אידן האבן זייער גוטע געפילן מיט דעם ווי צו זאגן די אראבער אדער די קריסט, יעצט האב מער אונז עס. אזא סארט געפיל וואס די רוס האט אין קריימיע, אזא גשמיות'דיג מחלוקה, אידיש גופים זענען שולט אויף אונזער לאנד.

שהם משתחווים להבל וריק

אהן אריין גיין בעומק, אבער אנדערע רעליגיעס, ווי איסלאם און קריסטיאנעטי, זייער גאנצע העכערקייט באגריפן איז גשם. אלעס עולם הזה'דיגע באגריפן לכתחלה. דעם אויבישטער אליינס פארשטיין זיי אז עס איז נישט א גוש, אבער די גאנצע רעליגיע איז גשמיות'דיגע מושגים, ווייל פנימיות עם ישראל, אונזער העכערקייט, איז בעיקר אין תורה של בעל פה, און זיי האבן עס קיינמאל נישט באגריפן. ביי זיי, איז זייער נוגע ווער עס איז דער פאקטישע מושל אין ירושלים. די אראבערס האלטן זיי דארפן הערשן, און די קריסטן - לויט זייער חזיונות, אז יודן דארפן הערשן, כדי זיי זאלן עס באקומען.

ירושלים שלנו

אבער ביי אונז יודן, איז ירושלים נישט די גשמיות שבו. פאר כלל ישראל - ביז משיח קומט - איז נישט נוגע און מאכט נישט אויס אלץ וואס ירושלים איז. און גלות מיינט ביי אונז עפעס אנדערש, און דאס איז ווען סיי ווער עס מושל דארט פאר די גאולה.

ארץ ישראל איז נישט ווי די קריימיע פין אוקריינע, און אונז האבן נישט געוויינט ווייל די אידיש פאוער האט דארט געהערשט און מען האט אונז פארטריבן, און אונז פרייען זיך נישט ווען אונז קענען עס צוריקכאפן.

יעצט לענינו, היינט ווען מיר רעדן צו די גוים, און מיר זאגן אז ירושלים איז נישט אונזער הויפט שטאט, רעדן מיר לויט זייער באגריפן, איז די רעליגיעזע גשמיות'דיגע קריג ווער עס זאל היינט הערשן אויף אר"י. און אויף דעם איז די תירוץ, אז דאס איז נישט אונזער הויפט-שטאט. מיר קריגן זיך נישט דערויף, און אלס אמעריקאנער איז עס נישט נוגע, און - אזויווי ר' יוסף חיים זאנעפעלד האט געשריבן בשעתו - פאר קדושת ירושלים, איז נישט קיין נפקה מיניה צו כוסעין פין ירדן הערשט דארט צו א צווייטער.

ירושלים של מעלה

ווען מען רעדט צו לחם לשובע אין אבן יקרה, יא אונזער הויפט-שטאט איז ירושלים, דאס הייליגע שטאט וואס דארט איז שערי שמים און די קדושה איז אויף אייביג, ווייל ווי עס איז געווען השראת השכינה בלייבט א קדושה אין ירושלים, ווי די שכינה אליינס האט גערוט א גאר גרויסע קדושה. אזוי ווייטער מירון אין אלע פלעצער ווי ערליכע יודן האבן - מיט זייער עבודה - אראפגעברענט א קדושה, בלייבט א קדושה לפי דרגתם. יא, ירושלים איז די הויפט שטאט פאר אונזער נשמות, עס איז בפנימיות אונזער הויפט שטאט; גופים ווען איך וועל מיך דרייען אויף לי עוו צו ירושלים, מאכט עס נישט אויס, אבער א נשמה קען יא זיך אויסדרייען אויף לי נגד ירושלים די שערי שמים, די ירושלים. צו די קדושה האט די הייליגע בעש"ט געוואלט גיין, צו די קדושה - צו די אורות - איז די אור החיים ה"ק ארויפגעפארן.

און דאס איז אונזער ווייטאג, ווען אונזער טיפע בענקשאפט פון אונזער נשמה צו אונזער הייליג לאנד און הייליג שטאט ווערט פארמישט מיט ציוניסטישע פראפעגאנדע. און ווען עס געשעהנט היפוך פון וואס אונז בענק מער - ווען די טומאה שטארק זיך, די כפירה ווערט גרעסע - קענען אחינו בשרינו זיך פרייען און האבן געפיהלן פין פרייד. ווען אונז זאג מיר, די נער'ישע גשמיות'דיגע קריג איבער וועלכע פון די כוחות הטומה זאל הערשן אין די עולם העשיה, איז מיר נישט נוגע, איז דא אידן וואס שרייען "כופר".

איך האב אנגערירט שטארקע יסודות היהדות בקיצור בקיצור נמרץ, וואס ווערט באריכות ארומגערעדט אין תורתו ומשנתו של רבינו מ'סאטמאר זי"ע. אויב האט איר מיר פארשטאנען, איז גוט, אז נישט, איז נישט.

בילד: ירושלים

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל