שאו סביב עיניך וראו! אונז לעבן אין א וועלט פאריאגט, פארפלאגט, און עס איז נישטא קיין צייט צו טראכטן אויף א רגע כמימרא, אבער ווען מען גיט א קוק ארויף אין הימעל, ווערט די מחשבה פון זיך אליינס אפגעשטעלט.

די ענדלאזע הימל, אנגעפירקלט מיט בריליאנטענע שטערנס אין די צענדליגע מיליאנען, כאפן דעם מענטשנס התפעלות. די שמייכלדיגע לבנה אנהייב חודש, וואס ווייזט אביסעל דעם שמייכל וואס קען מיטגיין מיט יעדע איד אפילו אין די נאכט פינסטערניש, שטופט דעם מוח פון א איד זיך אפצושטעלן און געבן א טראכט, מי ברא אלה?

די פלאות השמים איז ענדלאז, אבער א קליינע בליק אין די רוממות קל קענען מיר פארט כאפן. עס האט זיך אנגעזאמעלט ביי מיר אביסעל ידיעות שרייב איך עס אראפ ליהנות בהם בני אדם, אעפ"י ס'איז שלא עפ"י סדר ממש.

אבער בעפאר דארף מען קענען נומערן...

די סדר פון נומערן (אין די ענגלישע שפראך)



די נומערן איז אויסגעשטעלט אויף א סדר, יעדע טויזענט גייט עס ארויף א נומער, למשל, טויזענט מאל טויזענט איז מיליאן, טויזענט מאל מיליאן איז ביליאן, א.א.וו. יעדע נייע נומער לייגט צו 3 זיראוס צום חשבון.

פון איינס ביז צען. צען, הונדערט, טויזענט. יעצט גייט עס מיט יעדע נומער טויזנט מאל די פריערדיגע. טויזנט מאל טויזענט איז... מיליאן, ביליאן, טריליאן, קוואדריליאן, קווינטיליאן, סעקסטיליאן, סעפטיליאן, אקטיליאן, נאניליען, דעסיליאן.

דערנאך גייט עס אויף נאך א סעט: אן-דעסיליאן, דא-דעסיליאן, טרע-דעסיליאן, קוואטרא-דעסיליאן, קווינק-דעסיליאן, סעקס-דעסיליאן, סעפ-דעסיליאן, אקטא-דעסיליען, נאווע-דעסיליאן. ווידזשינטיליען.

און אזוי גייט עס ווייטער, ווי אויף יעדע נומער לייגט מען צו די פריערדיגע נומערן, ביז עס שטעלט זיך צוזאם די ריזיגע נומערן, ביז "גוגל googul", די נומער גוגעל באשטייט פון הונדערט זעראוס. און די גרעסטע נומער איז גוגל-פלעקס, גוגל זעראוס!


וואס באדייט די מאדנע נעמען פאר די נומערן?

די אלע ווערטער זענען אלטע לאטיינישע ווערטער, נאר צוגעלייגט צום סוף 'יליאן'. 'ביי' איז א לשון צוויי, Bycicle; bifocal – וועגן דעם הייסט די צווייטע נומער 'בי'ליאן. 'טריי' איז 3, triangle – 'טרי'ליאן. 'קוואטרא' איז אין ספאניש 4 - 'קווא'דריליאן. 'קווינט' איז 5 – 'קווינ'טיליאן. 'סעקס' איז 6 - 'סעקס'טיליאן. די איבריגע זענען אויך נומערן, וואס גייט אויך מיט די נעמען פון די גויאישע חדשים. אמאליגע צייטן איז מארטש געווען די ערשטע חודש, סעפטעמבער די 7'טע און אזוי ווייטער, אקטאבער, נאוועמבער, דעצעמבער.

'סעפט' מיינט 7 – 'סעפ'טיליאן. 'אקטא' 8 (octagon) 'אקט'יליאן. און אזוי ווייטער.

כדי ממחיש צו זיין די מושג פון נומערן, אז א נומער איז נישט נאר נאך א נומער, נאר עס דאפעלט זיך און טריפלט זיך אויסטערליש, טראכט אריין ווי פאלגענד:

א ביליאן סעקונדעס איז 30 יאר. הונדערט ביליאן, 3,000 יאר. צוויי הונדערט ביליאן 6,000 יאר... איין טריליאן, איז 30,000 יאר! יעצט רעכן עס אויף קוואדריליאן...

ליכט יאהר



אזוי ווי די נומערן זענען נומערן וואס גייען עד אין שיעור, איז ווען מען רעכנט ריזיגע נומערן ווי אין די נאניליען'ס, נוצט מען א פארקורצעטער ווארט דערפאר, "ליכט יאהר".

ווי באקאנט טוט יעדע זאך אויף די וועלט לויפן, "קול" לויפט אין א סעקונדע 1,087 פיס בערך (אין געווענליכע אומשטענדן, דורך טרוקענע לופט און רום טעמפעראטור), 714 מייל אין א שעה! דאס מיינט אז ווען איינער רעדט צו אייך, הערט איר די קול מיט א רגע שפעטער ווי עס איז באמת. אויב שטייט איר א פיס אפגעריקט, וועט איר עס הערן אין א ביליאנסטעל פון א סעקונדע שפעטער!

"לעכטיגקייט" איז די שנעלסט לויפענדסטע זאך. עס לויפט אין א סעקונדע 186 טויזענט מייל בערך. אין א יאהר, לויפט עס 5 טריליאן, 865 ביליאן, און 690 מיליאן מייל!

קומט אויס אז איין 'ליכט יאהר' באשטייט פון 5 טריליאן 865 ביליאן און 690 מיליאן מייל!

יעצט, אז מיר פארשטייען נומערן, און וויאזוי מען נוצט זיי, קען מען נעמען די טעלעסקאפ אין די האנט, און פרובירן זיך אביסל אומצוקוקן אינעם הפלא'דיגן אטמאספערע.

כדור הארץ


די כדור הארץ איז אביסעל מער ווי 24,000 (24.854847689493) מייל לאנג ארום און ארום.

אויב טראכט איר פון אויפשטעלן א פרישע שטעטל ביים עקוועדא"ר, איז עס גאנץ א פיינער אויסוואל. ביים עקוועדאר וועגט די מענטש מיט איינס אהאלב פראצענט ווייניגער ווי דא אין ניו יארק, און מיט דריי פראצענט ווייניגער ווי ביי די פאולס.

די וועלט איז טאקע רינדיג ווי א באל, אבער נישט ממש. ביי די צוויי פאולס (סאוט און נארט) איז די וועלט אביסעל נידריגער – אריינגעקוועטש. (עס איז באמת מער עהנליך צו א אוועל פאָרעם.)

דיאמעטער: 7,925 מייל

לענג פון איין טאג: 24 שעה

ארביט: 365 טעג

טעמפעראטורן: מינוס 126- ביז 136 גראד

צאל לבנות: 1.

שבעה כוכבי לכת

לבנה


די לבנה איז אין אומקרייז, בערך א פערטל אזוי גרויס ווי די וועלט. און אין וואג, בלויז א זעקסטל בערך.

די ליכטיגקייט פון די לבנה, אנצוקומען צו אונזער וועלט, נעמט אן ערך פון 2 סעקונדעס (א טראפ ווייניגער).

די ערד איז במציאות א פלאנעט, די לבנה נישט. זי דרייט זיך ארום די ערד, און איז ווייט פון [נאנט צו] די ערד ווייניגער ווי א פערטל מיליאן מייל.

מען האט שוין געלאנדעט ספעיס קאפסולס אויף די די לבנה. 5 לענדער (רוסלאנד, יאפאן, אייראפע, כינע, און אינדיע) האבן עס שוין באוויזן, אבער אמעריקע איז די איינציגסטע וועלכע האט באוויזן צו שיקן מענטשן צו שפאצירן דערויף, פון 1969 ביז 1972.

חמה – זוהן



די זוהן איז איבער 100 מאל גרעסער ווי די וועלט, און וועגט בערך 109 מאל מער.

עס איז לאנג 2 מיליאן 640 טויזענט מייל אין אומקרייז.

די זוהן איז ווייט פון די וועלט, 93.000.000 מייל!

די גראוויטי אויף די זוהן, איז 28 מאל שטערקער ווי דא אויף די וועלט.

דוגמא: א מענטש וואס וועגט 150 פונט, וועט אויף די זוהן וועגן 4,250 פונט!

'לויט די גראוויטי פון די וועלט', אז מען ווארפט אראפ א שטיין פון די זוהן וועט עס געדויערן 22 יאר אנצוקומען צו אונזער וועלט! (עס קען נישט באמת אנקומען צוליב די גראוויטי פון די זוהן).

די ליכטיגקייט פון די זוהן געדויערט בערך 8 און א דריטל מינוט אנצוקומען צו אונזערע אויגן. (די נץ איז באמת אפאר מינוט בעפאר.)

די ענערגיע פון די זוהן גיבט ארויס יעדע סעקונדע אזויפיהל וויפל מען וואלט ווען געקענט צוזאמשטעלן 100 ביליאן היידראדזשין באמבעס!

נישט מער ווי א האלב ביליאן אנערגיע פון די זון קומט אן צו אונזער וועלט.

אז מען וואלט גענומען א שטיק זוהן אזוי גרויס ווי די קאפ פון א נאדל (טעארעטיש גערעדט), און מען וואלט עס געלייגט דא אויף אונזער וועלט, וואלט מען נישט געקענט שטיין אין די 90 מייל ארום.

כוכב




כוכב\מערקורי איז 36,000,000 מייל ווייט פון די זוהן.

דיאמעטער: 3,030 מייל.

לענג פון איין טאג: 176 טעג. [יא, איין טאג איז 3 יאר דארט!] 

ארביט [קרייז לויף ארום די זון]: 88 טעג

טעמפעראטורן: מינוס 280- ביז 800 גראד [פארנהייט].

צאל לבנות: 0.

נוגה

נוגה\ווענו"ס איז 67,000,000 מייל ווייט.

דיאמעטער: 7,520 מייל.

לענג פון איין טאג: 243 טעג.

ארביט: 225 טעג.

טעמפעראטורן: 850 ביז 900 גראד.

צאל לבנות: 0.

מען האט שוין געלאנדעט ספעיס קאפסולס אויף ווענוס (בלויז רוסלאנד און אמעריקע), פון 1966 ביז 1985.

מאדים



מאדים\מאר"ס איז 144,000,000 מייל ווייט.

דיאמעטער: 4,220 מייל

לענג פון איין טאג: 24 שעה, 40 מינוט

ארביט: 687 טעג / 1.88 יאר

טעמפעראטורן: מינוס 225- ביז 70 גראד

צאל לבנות: 2.

מען האט שוין געלאנדעט ספעיס קאפסולס אויף מארס (אמעריקע, ענגלאנד און אייראפע).

צדק


צדק\דזשיפעטע"ר איז 180,000,000 מייל ווייט.

דיאמעטער:89,000 מייל.

לענג פון איין טאג: 10 שעה.

ארביט: 12 יאר.

טעמפעראטורן: מינוס 230- גראד.

צאל לבנות: 67.

די באקאנטע Great Red Spot אויף צדק / דזשופיטער, איז א ריזיגער דרייערדיגער כמו האריקעין שטורעם, מינימום 350 יאר אלט. עס אזוי ריזיג, אז עס קען אריין גיין דערינען 3 ערד קוגלען!

א לבנה פון דזשופיטער, גערופן "גאנימעד", מיט א דיאמעטער פון 3,270 מייל, איז פון די גרעסטע לבנות. זי גרעסער פון דעם פלאנעט מערקורי!

שבתאי


שבתאי\סאטערן איז 880,000,000 מייל ווייט.

סאטערן איז פון די גרינגסטע פלאנעטן. אויב וואלט מען געקענט אריינלייגן סאטערן אין א ריזיגע וואסער, וואלט עס געבליבן שווימען.

דיאמעטער: 75,000 מייל.

לענג פון איין טאג: 10 שעה 35 מינוט.

ארביט: 29.5 יאר.

טעמפעראטורן: מינוס 285- גראד.

צאל לבנות 62.

די באקאנטע הערליכע "רינגען" וועלכע נעמען ארום שבתאי / סאטורן, שפרייטן זיך אויס צו א שטרעקע פון 124,274 מייל די ברייט, אבער זענען נישט מער ווי 25-50 פיס דיק! 

א לבנה פון סאטורן, גערופן "טייטאן", מיט א דיאמעטער פון 3,200 מייל, איז פון די גרעסטע לבנות, און פארמאגט אן אייגענע אטמאספערע. זי גרעסער פון דעם פלאנעט מערקורי! אייראפע האט שוין געלאנדעט א ספעיס קאפסול אויף טייטאן.

נאך?

מען ווייסט היינט פון נאך פלאנעטן, וועלכע מען קען אבער נישט זען מיטן בלויזן אויג, נאר מען מוז זיך באנוצן מיט א טעלעסקאפ זיי צו זען:

  • אוראנוס, וועלכער איז אנטדעקט געווארן אין יאר תקמ"א - 1781. זי איז 1,785,000 מייל פון די זון; דיאמעטער: 31,750 מייל; ארביט: 85 יאר; טעמפעראטורן: מינוס 340- גראד; צאל לבנות: 27.
  • נעפטשון, וועלכער איז אנטדעקט געווארן אין יאר תר"ו - 1846. זי איז 2,790,000 מייל פון די זון; דיאמעטער: 30,775 מייל; ארביט: 165 יאר; טעמפעראטורן: מינוס 375- גראד; צאל לבנות: 14.
  • פלוטא, וועלכעס איז אנטדעקט געווארן אין יאר תר"צ - 1930, ווערט נישט אפיציעל פאררעכנט ביי די אסטראנאמער אלס א פלאנעט.

אלע פלאנעטן מיטן אויסנאם פון מערקורי אין ווענוס, פארמאגן איינס אדער מער לבנות, אדער ווי זיי ווערן גערופן "סאטעליטן".

די פלאנעטן ווערן איינגעטיילט אין צוויי טיילן, די "אינער" אדער "טערעסטריעל" (וואס באדייט: שטיינערדיג) פלאנעטס (Inner or Terrestrial planets), און "אוטער פלאנעטס" אדער "גאז ריזן", (Outer or Gas Giants Planets).

פון די דיפערענצן פון "אינער פלאנעטס" און "אוטער פלאנעטס" זענען: אלע "אינער פלאנעטס" פארמאגן ווי דערמאנט, א הארטן ערדענעם אויבערפלאך, אויף וועלכן מען קען צ.ב.ש. לאנדן דערויף, משא"כ אלע "אוטער פלאנעטס" זענען ארום גענומען מיט א שיכט גאז פון טויזענטער מיילן דיק. נאך א דיפערענץ איז, אלע "אוטער פלאנעטס" זענען אומפארגלייכליך גרעסער ווי די "אינער פלאנעטס", אלע "אינער פלאנעטס" געפונען זיך אין די נאנטערע זייט צו די זון, משא"כ מיט די "אוטער פלאנעטס". 

די "אינער פלאנעטס" זענען: 
  • כוכב / מערקורי 
  • נוגה / ווענוס 
  • די ערד 
  • מאדים / מארס 

די "אוטער פלאנעטס" זענען:
  • צדק / דזשופיטער 
  • שבתאי / סאטורן 
  • אוראנוס 
  • נעפטשון 

עס איז פארהאן אן אזויגערופענעם "אסטעראיד בעלט", אזא "רינג" פון טויזענטער קלענערע און גרעסערע שטיינער וועלכעס געפונט זיך צווישן דעם ארביט פון מארס און דזשופיטער. עס געפונט זיך אין א פאזציע צווישן די "אינער" און "אוטער" פלאנעטס.

מען האט שוין געלאנדעט ספעיס קאפסולס אויף 2 אסטעראידס, איינס מיטן נאמען "עראס", (אמעריקע), און "היעבוסא", (יאפאן). און גאנץ לעצטענס אויף א קאמעט, (אייראפע).

מספר הכוכבים


וויפל שטערנס איז פארהאן?

אמאליגע צייטן, נאך פאר עס האט עקזעסטירט די טעלעסקאופס, האט מען מיט די אויגן געזען – אין די קלארסטע נאכט - נישט מער ווי דריי טויזנט שטערנס. און פארשער האבן געהאלטן אז דאס איז די מספר הכוכבים (די ברכה פון 'והיה זרעך כעפר הארץ' איז בכלל נישט געווען קיין דאגה פאר זיי, אבער ווען זיי זענען געוואויר געווארן דעם אמת האבן זיי געזעהן שטערנס...)

וויפל שטערנס איז אבער באמת דא? חכז"ל אין מסכת ברכות (לב:) זאגן אונז אויס דעם סוד:

...אמר לה הקב"ה בתי י"ב מזלות בראתי ברקיע, ועל כל מזל ומזל בראתי לו שלשים חיל, ועל כל חיל וחיל בראתי לו שלשים לגיון, ועל כל לגיון ולגיון בראתי לו שלשים רהטון, ועל כל רהטון ורהטון בראתי לו שלשים קרטון, ועל כל קרטון וקרטון בראתי לו שלשים גסטרא, ועל כל גסטרא וגסטרא תליתי בו שלש מאות וששים וחמשה אלפי רבוא כוכבים, כנגד ימות החמה, וכולן לא בראתי אלא בשבילך...

לויט דברי חכז"ל קומט אויס אז עס געפונען זיך אזויפיל ווי 1 קוואנטיליען, 46 קוואדריליען, 340 טריליאן שטערנס! ווען מען וויל עס שרייבן אין נומערן דארפט איר שרייבן וואו פאלגענד: 1,064,340,000,000,000,000.

לויט די חכמי אומות העולם, דערגרייכט די מספר הכוכבים צו אזויפיל ווי 100 קוואנטיליען שטערנס!

די היינטיגע אסטראנאמיקער האלטן, אז דאס וואס זיי זעען היינט, איז נישט מער ווי 5 פראצענט פון די ספעיס, און דאס איז שוין מיט די גרעסטע טעלעסקאופס.

עס קען זיין אז די חשבון אין דברי הגמרא קען מען רעכענען אנדערש, און עס קען זיין אז מיר פארשטייען נישט פונקטליך די דברי חכז"ל און די משמעות פון יעדע ווארט. עכ"פ כל דבריהם אמת ויציב.

כוכבי שבת

די אסטראנאמיקער וואס פארשן די ספעיס, האבן מסדר געווען די ספעיס מיט א סדר:

מען האט צוטיילט די רוים אין בערך הונדערט "גאלעקסיס – גרופעס", יעדע גאלעקסי באשטייט פון אן עוורידזש פון א ביליאן שטערנס (עס איז פארהאן א סאך קלענערע און סאך גרעסערע).

די גאלעקסי וואו אונזער וועלט געפונט זיך, ווערט גערופן "מילקי וועי", עס האט בערך 2 ביליאן שטערנס.

צווישן איין געלעקסי און די צווייטע, איז פארהאן א מרחק פון קרוב צו צען געלעקסי.

די נאמען גאלעקסי שטאמט פונעם באקאנטן פילאזאף 'גאלילי', וואס עס איז אנגענומען אז ער איז דער ערשטער וואס האט באטראכט די ספעיס מיט'ן טעלעסקאופ.

אויב ווילט איר דורכפארן אונזער געלעקסי (מילקי וועי) מיט א ראקעט וואס פארט מיט די שנעלקייט פון "ליכט", דארפט איר לעבן א מינימום פון 100,000 יאר!

עס איז פארהאן נישט מער ווי 11 שטערנס פון די כוכבי שבת, וואס זענען ווייניגער ווי 10 ליכט יאהר נאנט צו די וועלט.

נאנטסטע שטערן


די "נענסטע" שטערן פון די כוכבי שבת, איז נישט מער און נישט ווייניגער ווי 24 טריליאן מייל (מיט א טי"ת) ווייט פון אונז.

די ווייטקייט פון די נאנטסטע שטערן, קומט אויס בערך 270 טויזנט מאל ווייטער ווי די זוהן פון אונז!

לדוגמא: אויב וועט איר אהערשטעלן די גרויסקייט פונעם זוהן, אז עס זאל זיין די סייז פון די קליינער באלי פון די לעטטער "i", וואלט די נענסטע שטערן געווען... צען מייל ארויפציהר!!

אויב ווילט איר נוצן אייער קאר, אויף א ספיד פון 70 מפ"ש, אנצוקומען צו די נאנסטע שטערן פון די כוכבי שבת, מוזט איר קענען אנציען אן שלאף פאר גאנצע 356,908,917,036 יאר!

ווען מען וואלט ווען אראפגעווארפן א שטיין פון די נאנטסטע שטערן, וואלט עס גענומען א קנאפע זעקס מיליאן יאר אנצוקומען צו אונזער וועלט. משא"כ פון די זוהן, נישט מער ווי 22 יאר.

מיט א ראקעט צו די נאנסטע שטערן נעמט אן ערך פון 145 טויזנט יאר.

ווייטסטע שטערן:

די שטערן איז ווייט פון אונז 30 סעקסטיליען מייל!

אין ליכט יאהר, איז עס כמעט 85 ביליאן ליכט יאהר.

פליענדע שטערנס





מיטיאר זענען שטיינער וועלכע דרייען זיך ארום אין די אטמאספערע ארום די וועלט, קלענער און גרעסערע שטיינדלעך, וועלכע קומען געווענליך פון עסטערוידס אדער פון קאמעטס, און געוויסע צייטן ווען די וועלט פארט אין א געוויסע מהלך דאן פליען זיי אריין אין די וועלט אטמאספער, זיי ווערן צוגעשלעפט דורך די כח פון גרעוויטי, און פון די היץ וואס עס געשעהט ווען זיי רייבן זיך אריין אין די לופט, ווערן זיי שיינענדיג און דאן זעען מיר וועלכע קוקט אויס ווי א "פאלנדע שטערן".

אין ספעיס זענען פארהאן פילע אבדשעקטן, אריינגערעכנט פלאנעטן, שטערנס, ועוד. איין סארט אבדשעקט ווערט אנגערופן א "קאמעט", דאס איז א גרויסע שטיין/שטערן וועלכע האט א גאנג ארום די זון, און ווען עס פליט פארביי די זון, ווערט עס איבערגעהיצט, און עס הייבט אן ברעקלן, פארלירענדיג די פאשידענע גאזן וועלכע זענען געליגן פארשלאסן אין איר.

אזא פאסירונג קען געזעהן ווערן מיט די בלויזע אויג, און עס זעהט אויס ווי שטערן פליט און אונטער איר שאפט זיך אזא וויידעל פין שטיקלעך שטיינער און אייז וועלכע ברעקלן זיך אראפ פין איר

די מערסט באקאנטע קאמעט, ווערט אנגערופן "העיליס קאמעט". די לעצטע מאל עס איז פארבייגעפלויגן די ערד, איז געוועהן אין יאר 1986, און די קומענדע מאל וועט זיין אי"ה אין יאר 2061, קרייזענדיג ארום די זון יעדע 76 יאר. 
יעדעס מאל זי פליט פארביי, לאזט זי איבער אונטער זיך א גאנצע וואלקן מיט ספעיס דשאנק שטיקליך שטיינער און אייז, וועלכע בלייבן איבער שוועבענדיג אין ספעיס.

איין מאל א יאר וועט די וועלט אריבער פארן אט דעם פלאץ, און ווען די שטיינער וואס ליגן דארט רייבן זיך אריין אין אונזער אטמעספער, ווערט זי אנגעהיצט פון די פריקשן צו אבנארמאלע דעגראדן, ביז עס ווערט ממש איבערגעדרייט צו "אויס"!

ווען די שטיקלעך ווערן רויט הייס, הייבן זיי אן צי לייכטן, און דאס איז וואס מען זעהט ביי א מיטעראיד שויער, און די קורצע צייט וואס עס נעמט ביז זי ווערט אינגאנצען פארברענט, קען עס געזעהן ווערן ווי א קורצע ווייסע ליניע וואס פליט אריבער אויפן הימל 

אין זעלטענע פעלער, ווען די מיטעראיד איז גענוג גרויס, קען זי איבערלעבן די רייזע אריבער אונזער אטמעספער, און אריינפאלן אין אונזער וועלט. אויב טרעפט איר אזא שטיינדל אין אייער בעקיארד ווארפט עס נישט אוועק; עס איז ווערט א מיאנטיק!

א ברכה?

די הלכה איז, ווען איינער זעהט א שטערן שפרינגען, מאכט מען די ברכה 'עושה מעשה בראשית'. אסאך מענטשן האבן שוין געזאגט אז זיי האבן געזעהן א שטערן טאנצן, איינער האט יא געמאכט די ברכה און איינער נישט.

די מציאות איז אבער, אז עפ"י רוב ווען מען זעהט שטערנס טאנצן, איז עס נישט באמת קיין שטערן, עס קוקט אויס ווי א בליטשקעדיגע זאך אין הימל איז געשפרינגען, און עס איז אמת, אבער עס איז נישט קיין שטערן.

אין די ספעיס פליען ארום מיליאנען טריליאנען 'קאמעטס'. א קאמעט איז א שטיק שטערן וואס רייסט זיך אפ פון א גרויסע שטערן, און הייבט אן ארומצופליען אין די אטמאספערע און אומגעהויערע שנעלקייטן, אדער שטויב און אייז וואס פליען ארום אין ספעיס. (געוווען לעצטענס אין די נייעס, ווען א אייראפעיאישע ספעיס שיף האט געלאנדעט א קליינע אפאראט אויף א קאמעט צום ערשטן מאל.)

בשעת זיי פליען, שלעפן די קאמעטס נאך זיך שטויב, א רייע פון שטויב וואס פליעט נאך די קאמעט אזוי ווי רויעך פון עראפלאנען. די קאמעטס פליען ארום זייער זייער ווייט פון די וועלט, אבער צומאל מאכט זיך אז א קאמעט קומט צו פליען מער נענטער צו אונז, דעמאלטס רייבט זיך די שטויב פון די קאמעט אריין אין די אטמאספערע פון די וועלט, וואס שאפט א בליטשקעדיגע ליניע, און קוקט אויס ווי א שטערן איז געפלויגן.

בלייבט נאר איבער מברר זיין וואס טוט זיך עפ"י הלכה צו מען מאכט א ברכה צו נישט.


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל