יוראפ האט היינט טרומפאירט מיט איר דערגרייכונג. נאך א צען יאריגע רייזע האט א ספעיס שיף האט געלאנדעט אויף א קאמעט. די ערשטע אזא דערגרייכונג אין היסטאריע!

דער קליינער שיפל, איז גאנץ א קליינער טוי, אינגאנצן 220 פונט, די גרויסקייט פון א וואש מאשין. זי איז ארויסגעשאסן געווארן פון איר גרויסע "מאמע" שיף "ראסעטא" זיבן שעה בעפאר, און האט שווערליך געלאנדעט אויף די קאמעט. דער קאמעט איז 300 מיליאן מייל אוועק פון אונז. א שטוינענדע דערגרייכונג אין מענטשהייט אנצוקומן צו א קאמעט, בפרט ווען די קאמעט פליעט ארום אין די שנעלקייט פון 35,000 מייל א שעה.

דער קליינע שיפעלע האט געהאט שוועריקייטן ביים לאנדן, וויבאלד 220 פונט כלפי די ספעיס איז גארנישט מיט גארנישט עס זאל האבן די כוח צופאלן פון זיך אליין. די גרינגע שיפעלע האט זיך צוריק אנגעהויבן אוועקצודרייען, אבער דערנאך איז עס צוריקגעפאלן אויף די קאמעט.

ראסעטא - די מאמע שיף - האט שוין אין פאקט דערגרייכט די קאמעט פאר צוויי חדשים צוריק. די רייזע האט גענומען 10 יאר 5 חדשים און 4 טאג. עס האט אבער נישט געלאנדעט, און היינט האט עס ארויסגעשאסן די קליינטשיגע שיפל.

די קאמעט איז פיצל, גרויס אינגאנצן 1 מייל ברייט און 2 מייל לאנג. איירופה גייען לכאורה גארנישט פארדינן פון די גאנצע מיסיע, אבער צו זייער שטאלץ פארדינן זיי זיכער, און געקאסט האט עס 1.6 ביליאן יוראו.

פאלגענד זענען די ווייטקייט פון עטליכע פלאנעטן ווי נאסא איז שוין אנגעקומן, די לבנה דערגרייכט די נאנסטע צום ערד 225,623 מייל, מאדים/מארס 250 מיליאן מייל, שבתאי/סאטורן 746 מיליאן מייל, נוגה/ווענוס 26 מיליאן מייל.



ראסעטא האט היינט צופרי ארויסגעשיקט די פאלגנדע בילד וואס זי האט געכאפט, ווי איר קליינע קינד מיטן נאמען "פילעי" שפאצירט זיך געמיטלעך אויפן קאמעט, א גריס פון 300 מיליאן מייל אוועק!

די קליינע שיפל און אירע מעגליכקייטן

ווי עס האט געזאלט לאנדן און ווי עס האט זיך למעשה דערקייקלט

עס האט געבאונסט הונדערטע מעטער


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל