שווייץ – די זעליע קליידונג פירמע אין דער שווייץ האט אונטערגענומען א מערקווירדיגן אדווערטייזינג קאמפיין, בעטנדיג מענטשן נישט צו קויפן צופיל ביי איר, ווייל דאס ערצייגן קליידונג שעדיגט די ענווייראמענט און מענטשן דארפן זיין געווארנט נישט אויסצונוצן צופיל די ענווייראמענט און נישט קויפן און נוצן מער וויפיל מען דארף. דער קאמפיין איז אונטער'ן סלאגאן: "קויפט נישט דעם דזשעקעט", און די פירמע צילט אז אירע קליענטן זאלן זיך פארפליכטן צו א צוזאג נישט צו קויפן מער וויפיל זייער מוזן האבן. די פירמע לייגט אויך צו אינפארמאציע אויף יעדן קליידונג אויסצורעכענען וויפיל דאס האט אפגעקאסט די ענווייראמענט, צב"ש אויף א דזשעקעט שטייט דעם אויפשריפט: "צו ערצייגן דעם דזשעקעט האט זיך פארלאנגט 135 ליטערס וואסער, גענוג נאכצוקומען דעם טעגליכן געברויך פון 45 מענטשן (ד.מ. 3 גלעזלעך א טאג). די פירמע זאגט אפיציעל אז זי ציהלט באמת צו היטן אויף די ענווייראמענט, אבער עס ארבעט זיך גוט אויס פאר אירע פארדינסטן, וויבאלד דער מערקווירדיגער רעקלאמע קאמפיין, ציהט פרישע קונדן.


בילד: ביטע נישט קויפן ביי אונז

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל