באריכטן געבן אן, אז סענטאר באב מענענדעז, גייט ווערן אנגעקלאקט דורך א פעדעראלע גרענד דשארי אין די נעקסטע פאר וואכן מיט קארופציע קלאגעס. סענטאר מענענדעז האט ראגירט אויף די נייעס, אז ער וועט אפשלאגן אלע עווענטועלע קלאגעס, און ער פלאנט נישט צו רעזיגנירען.

די ערשטע זאך וואס די אדמיניסטראציע וועט פילייכט טון, איז לייגען דרוק אויף סענאט דעמאקראטן אוועקצונעמען פין אים די פירערשאפט פאזיציע אין די אויסערן געלעגנהייטן קאמיטע, כדי ער זאל נישט זיין קיין שטער אויף די עווענטועלע דיעל מיט איראן. די אדמיניסטראציע קען זיך נישט ערלויבן אז ביידע פירער, רעפוליקאנער אין דער דעמאקראטישער, פון די קאמיטע זאלן זיי קעגען אן עווענטועלע דיעל.

אויב האלט איר אז די מעגליכע קלאגעס אויף מענענדעז, איז פאליטיש מאטיווירט, זענט איר נישט אליינס. דריי רעפוליקאנער סענאטארן זענען שוין ארויסגעקומען אפן און געזאגט אז עס איז פאליטיש מאטיווירט. ואלו הן: טעד קרוז, לינדזי גרעהם אין מארק קירק, אין צוגאב האט דשאן מעקעין געזאגט אז ער ווייסט נישט...

אין אנדערע נייעס, האט די געוועזענע העלט ענד יומען סערוויס סעקרעטאר, קעטלין סעביליוס, געזאגט אז די "עף בי איי" האט אויסגעפרעגט איר און הערי ריעד, איבער די גאנצע קעיס.


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל