ניו יארק – א גרעיהאונד באס רייזע אריין קיין ניו יארק סיטי פארגאנגענעם פרייטאג איז פארוואנדעלט געווארן אין אן איבערקערעניש, ווען א שווארמע מיט מוראשקעס האבן זיך פלוצים אראפגעלאזט אויף די פאסאזשירן, קריכנדיג אויף זיי איבעראל, וואס האט געברענגט דעם באס דרייווער צו שטעלן דעם באס אין דער זייט און די פאסאזשירן זאלן אראפלויפן פונעם באס ווי געטריבענע פונעם טייוול...

עס האט פאסירט 15 מינוט נאכדעם וואס דער באס איז ארויסגעפארן פון אטלאנטיק סיטי, ניו דזשערסי, מיט 48 פאסאזשירן, ווען די מוראשקעס האבן אנגעהויבן זייער אטאקע און די פאסאזשירן זענען אראפגעלאפן פונעם באס. בילדער וואס די פאסאזשירן האבן אפגעכאפט מיט זייערע סעלפאונס האט געוויזן מוראשקעס קריכן אויף די זיצן, אויף די פאדלאגעס, און אפילו אויף די קעפ פון די פאסאזשירן און זייערע קערפער. די גרעיהאונד פירמע האט זיך אנטשולדיגט פאר די פאסאזשירן, און זי האט געשיקט אן אנדערן באס אויפצונעמען די געשטראנדעטע פאסאזשירן. אבער זי האט נישט געהאט קיין קלארן ענטפער פארוואס עס האט פאסירט.

בילד:באס געשטראנדעט צוליב... מוראשקעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל