פון פרייליכערהייט

די קאמף

כלל ישראל גרייט זיך אין די טעג אויף א מעכטיגע קאמף, צו אפצושלאגן די קוצים וואס זוכן און זענען מכלה את כרם בית ישראל. די מלחמה וועט געפירט ווערן שריפטליך, און זייער מונדליך, אויף שטילע טענער, רואיגע געמיטער, און מיט די גרעסטע מאס איידלקייט, אבער מיט די שטערקסטע געווער, די אידישע געווער "אין כוחינו אלא בפה".

די וואס זענען קעגן העפטיגע פראטעסטן אין די גאסן, אנגעצינדענע גארבידש קענס, אראפגעבראכענע פאולס, טראפיק אין די גאנצע שטאט, האבן אויפגענומען די בשורה מיט גרויס דערלייכטערונג, הערענדיג אז אלעס וועט זיך דא אפשפילן אויף די געוועב, און אויף די גאס וועט גארנישט זיך דערקענען. און לשמחת לב אנשי שלומינו, קומט די בשורה אז דא אויף די געוועב וועט זיך אלעס אפשפילן, דא לעיני די גאנצע וועלט וועט עס פאסירן. עס איז צו ערווארטן א גרויסע פארקער אין די סערווערס פון וואטסעפפ, טעלעגראם, אבער די וואס זענען בראש פון די מערכה זענען אנטשלאסן אז עס וועט געקרוינט ווערן מיט סוקסעס, און וועט ברענגן די ריכטיגע רעזולטאטן. עסקנים זענען אין די טעג פארנומען ארומצוגיין פאר פעטיציעס פון די גדולי וזקני האינטערנעט, וואס זענען אויף צום פראבלעם, און פארשטייען די חומר הענין און די וויכטיגקייט פון די זאך.

די אראנזשירינגן זענען אין די לעצטע פאזעס און זענען אט אט גרייט. מיר ארבעטן מיט א צאהל געניטע שרייבערס און זאך-קענער, וואס פארשטייען און קענען די זאך פון די נאהנט.

דער רוף

מיר שרייען אויס קבל עם ומלואו, מיר שרייען אויס מיט די העכסטע רופן, און שארפסטע דראאונגען, געערטע, טאלק שוי האוסטס!

ביטע שפאצירט אראפ פון כלל ישראל, ביטע יאגטס אפ פון אונזערע בתי מדרשים, ביטע אנטלויפטס פון אונזער גרופס, ביטע פארשוינט אונזער יוגנט, ביטע האטס רחמנות אויף יונגעלייט מיט שכל, ביטע גייטס פארדרייען קעפ וואס זענען פארדרייט, ביטע רעדט צו א עולם וואס פארשטייט נישט ענקערע מאטיוון.

דאס און ענליכעס צו דעם איז טייל פון די סלאגאנען וואס וועלן געהערט ווערן פון אלע זייטן, און דאס איז בלויז א טייל פון די רעקלאמעס וואס די עסקנים וועלן לאזן לויפן אין די קומענדיגע טעג.

אבער פארוואס כאפן די קאץ פאר די מילך? לאמיר גיין צו שטאט.

אביסעלע היסטאריע

אנגעהויבן האט זיך עס ווען עטליכע דרייסיג יאהר נאך וואס כלל ישראל האט געלאנדעט על אדמת אמעריקע, א פרעמד לאנד, א פרעמדע שפראך, א פרעמדע פאליטיק סיסטעם, אלעס איז גרין, פארשטייט זיך אז אודים מוצלים מאש, אנטלאפן מגיא ההריגה ומעמק הבכא, האבן אן קיין עקסטערע פארזוימענישן זיך א לאז געטאהן ארויף אויף די תולעת יעקב באסעס און געפארן קיין מאנהעטן טייל צו די "סוועט שאפס", אנדערע קיין "פארטי סעווען", און געארבעט מן הבקר ועד הערב, און ענדע וואך אהיימגעברענגט די עטליכע פיאסטער, און אנגעראכטן א שבת מיטן רעבן און וחוזר חלילה.

צופיהל פאליטיק האט קיינעם נישט פאראינטערעסירט, קודם ווייל די צייט דערצו איז פשוט נישט געוועהן, און נאכדעם ווייל מען איז נאך געוועהן אונטערן רושם פון די האלאקאסט ווי אלע אומות העולם, אלע פעלקער האבן און אונז יודן אזוי בועט געוועהן אזוי געלאזט אויף הפקר, אויף פייער און וואסער, כאטש וואס אין די אייראפעאישע מדינות זענען אידן געוועהן גרויסע פאליטישאנס און מקורב למלכות'דיג, און גענומען א געהעריגן טייל מהנעשה והנשמע און די גוי'אישע גאס, און מלוכה קארידארן, און אנדערע פלעצער ווי אין פוילן האבן אידן גענומען אקטיווע טיילן אין די פארליאמענט גופא, וכולי, און דאך ביום הזעם האט גארנישט געהאלפן, אלע זענען געטאנצן אויפן יוד'ס מפלה, אלע האבן נקמה גענומען אינעם פארפלוכטען יודע. קיינעם האט נישט געקימערט וואס אין אוישוויץ גייט פאר, קיינער האט די אוקריינע גוים נישט אפגעשטעלט פון זייערע מארדן, קיינער האט די נילאשעס נישט אפגעהאלטן פון זיך אזוי בארבאריש צו אונז אויפפירן. בקיצור די גאנצע מאדערנע און פארצייטישע וועלט אינאיינעם האט מיטן איד געשלאגן כפרות, און קאלטבלוטיג איגנארירט.

אלס תוצאה פון דעם, האט דער יוד פונעם "מאדערנעם שיינע גוי" זיך פארגרוילט און פארעקלט, געזוכט ווי ווייטער צו אנטלויפן, ווי טיפער דעם קאפ באגראבן, ווי ווייניגער זיך אין זייער פאליטיק זיך אינטערעסירן.

נעמליך אז דער גוי האט מיר אזוי פיינט, ער וויל מיר נאך אלץ באגראבן, אפילו ער איז שוין אזוי מאדערן אזוי פארשטענדליך אזוי פארגעשריטען, ווען עס קומט אבער צום איד רוקט ער זיך צוריק אפאר טויזענט יאהר, ער איז צוריק אינעם טונקעלען מיטל-אלטער, צוריק צו די "דארק עידזשעס", און ער נוצט בסך הכל אויס זיינע סייענטיפישע חכמה אויף ווי מער אפציווישן ווי מער אידן צו פארברענען א טאג, איז ער דאך נאך מער פארפוילט ווי דער פשוטער שונא ישראל וואס זאגט ער האט פיינט א איד. דער שווארצער שמוציגע גוי וואס שרייט אויף א זויבער איינגעדארט יודעלע "דירטי דזשו" קען מען דאך מער געטרויען.

האט ער זיך טאקע נאכאמאהל פארנויגט דעם קאפ אונטערן עול הגלות, און אריינגעשפאנט אינעם גלות אמעריקא מיט א פעסטע מיינונג אויף די גוים זיינע מארחים זיינע גאסטגעבער, און מיט די פארשריפטן וואס יעקב אבינו האט שוין פארגעשריבן און וואס כלל ישראל האט אזוי ערליך פרובירט צו האלטן, האט ער באשלאסן צו האלטן דעם למה תתראו פאר די אויגן. דעם דרשו את שלום העיר האט ער אויך נישט פארגעסן, אבער פארשטייט זיך אז מיט א מאס, און א איינגעגהאלטנקייט. און ער האט געוויסט זייער קלאר אז א איד איז נישט א רעפובליקאנער און נישט א דעמאקראט, פונקט ווי ער איז נישט א קאנסערוואטיוו. ער איז א אמעריקאנער בירגער אבער נישט א אמעריקאנער; ער וואינט אין אמעריקע, אמעריקע וואוינט אבער נישט אין איהם.

אוודאי האט מען אין די היימישע בתי מדרשים מיטגעהאלטן מיט די קענעדי אסאסינעישן, אוודאי האט מען זיך געפארכט פון רוסלאנד דורכאויס די קאלטע קריג עפאכע, אוודאי האט דער איד אלס געהאט א מיינונג אין יעדע וועלטס געשעעניש, אבער א פארטייאישע מיינונג, א פארטייאישע אנהענגעריי? א פאליטישע מאטיוו האט איהם אמאל געטריבן?

דער געריבענע איד, דער חכם, דער קלוגער ערפארענע גלות איד, האט זיך אמאהל געלאזט זיין שכל פארפירן און נישט קוקן אויף יעדע זאך מיט קלארע אויגן? דער איד האט אלעמאהל געהאט א גוטע חוש הריח, אלעמאהל האט ער געקענט דערשפירן און געהעריג אנאליזירן א געשעעניש, אפטייטשן א מצב.

וואס איז פלוצלינג געשעהן , וואו איז דאס אלעס פארלוירן געווארן, ווען האבן מיר דאס אלעס אנגעוואירן?

אזוי ווי יעדע פאסירונג און דראסטישע טויש וואס פאסירט נישט איבערנאכט, און נישט פון היינט אויף מארגן, נאר עס גייט צוביסלעך איז דאס אויך געוועהן די פאל דא. מיט איין חילוק אז ווי נאר די רעדל האט זיך געגעבן דעם שארפן דריי, האט זיך עס זייער שנעל גענומען רוקן פאראויס, עס האט גאלאפירט מיט שנעלע און דראסטישע טריט, אן א אפשטעל.

די זאך איז אזוי געוועהן, צוביסלעך האט מען זיך איינגעארדענט און זיך היימיש געמאכט מיט די סביבה, זיך איינגעגלידערט אין די געזעלשאפט, זיך באקענט מיט די קולטור, זיך שנעל מיט די אויסשפראך און סלענגס זיך באקאנט געמאכט. די סלאגאנען און די אויסדרוקן האבן זיך אין אונזער מאמע לשון אויך געטראפן דאס פלאץ, די נעשאנעל עטנאם אז "טיים איז מאני", איז פאר יעדן באקאנט געווארן, און איינציגווייז אנגעהויבן צו טון דערינען.

אידן זענען דאך א עם חכם ונבון, געניטע ביזנעסלייט ? ניין, ווייסן ווי צו מאכן א דאלאר ? יא. פארשטייען צו ביזנעס? ניין , ווייסן וויזוי צו מאכן געשעפטן? יא.

אידן האבן אנגעהויבן צו טוהן אין מסחר געמאכט געשעפטן געהאנדעלט געוואנדלט. אבער נאך אלס זיך נישט צופיל געקימערט ווער סאיז פרעזידענט און וואס זיין מיינונג אויף גלויבעל ווארמינג איז, ווייל מה יתן ומה יוסיף, א געשעפט האב איך , אדער א בראך אויף קאלאמבוס,

די קאר'ס

דעמאלס אין יענע צייט איז זייער זייער פארשפרייט געווארן די אויטא מאביל באנוץ פארן פשוטן המון עם, אויף טאג טעגליך.

יא! אמת הענרי פארד האט נאך דערלעבט צו זעהן ווי זיין אסעמבלי ליין טראסקעט אראפ יעדע מינוט א קאר, אבער עס איז נאך ווייט ווייט געוועהן פונעם היינטיגן מצב ווי סתם דער און ווער פארמאגט און באנוצט א קאר אויפן טאג טעגליכן לעבן, די באנען זענען געוועהן די מערסט גענוצטע וועג, שפעטער איז די באס נתייסד געווארן, אבער די אויטא איז אויך צום איד אנגעקומען, קען זיין אז די גבאים פון די רבי'ס באותן הימים זענען אפשר געוועהן די ערשטע היימישע דרייווערס, ווייל זיי האבן עס געדארפט צו די ביזנעס ערשט, טייל האבן געלערנט די געזעצן פון דרייוון אנדערע האבן געדרייווט אן קיין לייסענס, דער א דשילאפי , דער א סטעישאן וואגאן, דער האט געקויפט, א אנדערער האט פארשאפט, בקיצור די ראודס זענען באטראפן געווארן מיט היימישע אידישע דרייווער,

יעצט איז אזוי אין די אלטע קארס ווי מען האט געדארפט מישן די אויל (נישט דאס איז די פונקציע פון א קלאטש?) איז מען דאך ביים דרייוון געוועהן פארנומען ביז איבערן קאפ , קוים געהאט צייט צו אטעמען , און צווישן דרייוון און אטעמען איז מען שוין געוועהן ביים ציהל און געפארקט.

אבער מיטן שנעלן קאר מארקעט ווען יעדע יאהר איז עס געווארן מער און מער פארגעשריטן און באקוועם, האט זיך אנגעפאנגן א פראבלעם מיט לאנגווייליגקייט ביים דרייוון, לאנגווייליגקייט ביים זיצן אין אויטא, פשוט מען האט נישט געהאט וואס צו טוהן.

דערזעהנדיג די מצוקה, האבן די קאר קאמפאניס אנגעהויבן אריינצובויען אזוינע אודיא סיסטעמס אין די אויטא, קודם פלעגט עס קאסטן זייער אסאך געלט, למשל מיר געפונען אז אין די אנהייב פופציגער יאהרן האט א קאר אודיא אויסגעשטאט מיט ראדיא ריסיווערס געקאסט צווישן טויזענט אין פופצן מאות.

איז די וואס האבן זיך עס געקענט ערלויבן האבן טאקע אין דעם משקיע געוועהן די פאהר דאלאר און ויסעו סאיז געוועהן א מחיה

דערנאך ווי יעדע זאך זענען די פרייזן געפאלן אין די קאר אינדוסטרי האט געמאלדן אז פון היינט און ווייטער וועט יעדע אויטא זיין אויסגעשטאט מיט א סיסטעם פאר אודיא וואו מען וועט אין די זעלבע צייט קענען הערן ראדיא זענדונגען ,
דאס איז געוועהן ערגעץ אין די זעכציגער יאהרן.

דאס איז וואס האט באוואיגן די ראדיא סטאנציאנען און קאמפאניס אנצוהייבן צו מעלדן די טרעפיק, אויף די ראודס ברידשעס און טונעלס, ווייל יעדער וועט עס הערן און האבן נוצן דערפון, און די וועטער האט אנגעפאנגן מער נוגע צו זיין , אזוי האט זיך די זאך אלס מער און מער אנטוויקלט.

די טאלק שוי'ס

די המצאה פון טאלק רעדיא, און טאלק שוי הויסטס איז ערפונדן געווארן בערך אין יאהר פינעף און פערציג, דורך א געוויסע ראדיא מאן וואס איז בייגעפאלן אנצורופן איינעם אויפן טעלעפאון אן די עיר און פירן מיט יענעם א געשפרעך.

די איידיע איז גאנץ שנעל פארשפרייט געווארן איבערן לאנד, און איז גוט צוניץ געקומען פאר געוויסע ראדיקאלע גרופעס מענטשן, וואס האבן געזוכט צו וואיסן זייער אפיניאן פארן ציבור אין אויף די געהעריגגע מידיא נעטווארקס האבן זיי נישט באקומען קיין צוטריט צוליב זייערע עקסטרעמיסטישע מיינונגען וואס איז געווענליך נאר גוט פאר א מיינאריטי פון פאלק,

און פאר אפאר דאלאר האבן זיי זיך געדונגן צייט אויף די ראדיא'ס און יאלא זיך גענומען פלאפלען,

וואס פלאפלען פרעדיגן! מיט די יאהרן איז עס געווארן מער אויפגעכאפט, ווייל אינטעראקטיווע פאן ווי די צוהעררער האט די מעגליכקייט אריינצורופען מודיע זיין פארן פובליק וואס אנכי הקטן האלט אדער דיסאגריען מיט די האוסט, איז פאר א שיינער עולם א געשעפט ממילא האבן זיי זיך צו דעם צוגעכאפט,

און סוף די אכציגער יאהרן אזוי אין 1987 למספרם, איז געוועהן א גרויסע דורכברוך פאר טאלק ראדיא, ווען סאיז געלונגן פאר די אקטיוויסטן אפצושלאגן די אינסטאלעישן פון די פעירנעס דאקטרינע,

(מיר ווילן נישט יעצט אריינגיין אין די פרטים דערפון נאר אויף אזויפיל צו זאגן אז דאס האט פריי געמאכט די וועג פאר די גאהר גאהר אויסגעשפראכענע, אנצוגיין אומגעשטערט,)

דאס איז די יאהר וואס איז באצייכנט אלס דער יאהר וואס קאנסערוואטיווע טאלק ראדיא איז געגרינדעט און פארשפרייט געווארן אויף גאהר א גרויסע פארנעם, עד כדי כך אז סהאט אנגעפאנגן צו שפילן א ראלע אין נאציאנאלע פאליטיק,

די פיגורן

געוועהן איז דאס ווען א יונגע שייגעץ, א ווייסער פון מיזורי, איינער וואס איז געוועהן אין קאלידזש אויפן וועג צו ווערן א לויער און איז דורכגעפאלן דריי מאהל מיט זיין פרוב ארויסצונעמען זיין לייסענס און זיין דיגרי. גראדע א קלוגער, און אפשר גאהר א געריבענער, אבער מער פון דעם איינער מיט א געבענטשטע כשרון פון רעטאריק, א מויל מאכער איינס אין די וועלט,

אפשר איז יא כדאי זיך א מינוט אפשטעלן אויף זיין היסטארי.....

לימבאו

זיין היסטארי איז אין קורצן די זעלבע בערך ווי יעדער אנדערע גוי, ווי יעדע אנדערע דשעק אדער דשעני, גאהרניש קיין עקסטערע מעלות, גאהרניש קיין באזונדערע היסטאריע, קיין שום מדה וואס ער איז מיט איהר געבוירן האט ער נישט געטוישט אדער מהפך געוועהן פון רע צו טוב, קיין שום אכטונג האט ער נישט אין זיינע יוגנט יאהרן ארויסגערופן, ווייל וועלכע גוי רופט יא ארויס ? אין אנדערע ווערטער א גוי ווי אלע גוים, און נישט סתם נאר פון א ווייסע סטעיט מיזורי, און איז געוואקסן אין א שטוב פון פאלנע ווייסע דורי דורות אמעריקאנע, ריפאבליקאנע, איין זיידע א דשאדש א אנדערע א לויער אאו"ו,

נאך זיינע שולע יאהרן, און נאך וואס ער האט גראדואירט הויעך שולע,איז ער אויפן ראט פון זיינע עלטערן אריין אין קאלידש, צו שטודירן געזעץ, מיטן ציהל צו ווערן א לויער, אנצוהאלטן די מסורה אין די משפחה, אבער נאך צוויי טרימעסטער'ס און איין זומער איז ער פון דארט ארויסגעפאלן, ער איז געווארן א נושר, זייענדיג שוין פון זיין פריע יוגנט א "באם" א "פוסטער יונג", איז ער נישט געוועהן פעאיג צו בלייבן לערנען, און שטודירן, זייענדיג "אויט פאר פאן" ווי זיינע נאהנטע פון יענע יאהרן לייגן עס אראפ, האט ער זייער שנעל פארלוירן דאס געדולד, און די שטרענגע עקשנות, און זעלבסטווירדע וואס פארברויכט זיך און פארלאנגט זיך צו קענען באקרוינט ווערן מיט א דיגרי, א בילדונג האט איהם נישט אזוי אינטערעסירט ווי שטופן און פאצן, גיין ליידיג און פארברענגן, 

צו ספארטס, האט ער אלס געהאט א שטארקע נייגונג, און א שטארקע אינטערעס, ער פלעגט אליינס אסאך אסאך שפילן און אין איינע פון די שפילערייען האט ער זיך די קניען צובראכן, אדער האט ער אזוי געטענהט עכ"פ, און דאס האט איהם געגעבן די נוטיגע פטור וואס מען האט אין יענע יאהרן געדארפט האבן צו פליכטן פון די מיליטערישע דרעפט וואס איז דאן געוועהן אין קראפט, און דורך דעם האט ער אנגעוואירן די געלעגנהייט צו סערווירן זיין לאנד און זיין פאטערס לאנד, אין צייט פון איהר קריג אין וויעטנאם 

ראדיא איז געוועהן א זאך וואס האט איהם אלעמאהל געצויגן,..... 

און דער אנגענומענער כלל אז מען לערנט נישט קען מען נישט, האט איהם נישט איבערגעהיפט, און ער האט געטיילט די זעלבע גורל ווי די אלע וואס האלטן זיך נישט צו דער כלל, איז וואס טוט מען פרנסה מוז מען דאך פארט ברענגן, און די כסף מנלן פראגע האט אנגעפאנגן שווער צו ווערן, און די וכי תאמרו מה נאכל האט אנגעפאנגן אין מאגן צו קוועטשן און דריקן זייענדיג בטבע א עסן ליבהאבער, האט עס נאכמער דערקוטשעט, ווייל אוביסיטי מיינט הונגעריגער, איז ער געפאלן אויף א פלאן מעוועט ארויסגיין אויף די יארכע זוכן א פרנסהלע,

ראדיא איז געוועהן א זאך וואס האט איהם אלעמאהל געצויגן, נאך פון די גאהר פריע יונגע יאהרן האט איהם אלעמאהל געצויגן פוסטע פארוויילענישן און צייט פארברענגעריי, האט ער זיך אנגעטראגן צו א לאקאלע ראדיא סטאנציאן וואס שפילט מוזיק פאר די צוהעררער, א רעגלמעסיגער מוזיק שפילעריי, און מען דארף דערצו האבן איינער וואס זאל באוויליגט זיין דאס אנציפירן, הייסט אנצינדען אויסלעשן, וואס צו שפילן ווען צו שפילן אאוו, און דאס האט ער געקענט, און זיינע אויבערהארן זענען געוועהן צופרידן מיט די ארבעט וואס ער האט געטוהן, 

פון דארט איז ער געשטיגן אין ראנג, ארויסצייגנדיג א געוויסע רעדנערישע טאלאנט, אין א געשמאקע שפראך אין א מינע פון הומאר, האט ער נאך אפאר יאהר שפילן מוזיק, אנגעהויבן צו "רעדן" דרשענען פון ספארטס, זיין האבי, זיין גאול, זיין אייביגער לעבנס חלום איז פארווירקלכט געווארן, און ער האט פארציילט פארן עולם די פונקטליכע דעטאלן פון געוויסע לאקאלע ספארטס, אזוי האט ער פארבראכט נאך אפאר יאהר, און אז די ארטיקל וואלט געוועהן זיין ביאגראפיע וואלט מען נאך געדארפט אפאר יאהרן קאווערן אבער אזוי ווי דאס איז נישט אונזער ציהל, ברענגן מיר נאר וואס עס וויכטיג צום נושא, 

אין יאהר 1987 איז די פעירנעסס דאקטארינע, (וואס האט פארפליכטעט די עף סי סי צו לאזן צייט פאר יעדע יסודותדיגע מיינונג וואס ווערט געליפטער פארן פובליק דורך די ראדיא כוואליעס אפגעפרעגט צו ווערן דורך די צד שכנגד,) ארפאפגעריסן געווארן, דאס האט פריי געמאכט די וועג פאר לימבאו און עווענטועל פאר זיינע נאכפאלגער, און נאכשלעפערס, צו פארכאפן די מאסן, צו פרעדיגן איין מיינונג אן קיין שום מעגליכקייט איהר אפצוווענדן,

און דאס האט ווי פארשטענדליך אויטאמאטיש געגעבן די בעלות און פולע קאנטראל פון די פרעדיגער אויף זיינע צוהעררערס מח, און דעת, און א פולע מח וואשונג פירמע האט זיך אנגעהויבן צו לייגן איהרע יסודות אויף די מין וואס הייסט מענטש, און איינער וואס האט אויסגעוועלט אנצוצינדן די מאשינקעלע אויף צו הערן קאמענטארן און אפהאנדלונגן אויף פארשידענע טאג טעגליכע פאליטישע נייעסן, האט נישט געהאט קיין צוטריט צו מער ווי איין מיינונג,

לימבאו איז דורך די דאמאלסדיגע בעל בית פון א געוויסע ראדיא סטעישאן wabc איינגעלאדנט געווארן קיין ניו יארק ווי די סטאנציע איז געוועהן הויפטקווארטירט,נאכן זיך צוהערן צו לימבאוס אייגנארטיגער סטייל פון רעדן, זיין געלונגענע הומאריסטישער צוגאנג און אין די זעלבע צייט זיין איינזייטיגער שטעלונג אויף יעדע אישו האט פארן סי אי או פון די קאמפאני געפאלן, און ער האט זיך צו דעם גלייך צוגעכאפט, און פון זיין ביזנעס פוינט אף וויאו איז עס געוועהן א מוראדיגע געווינס, און א גלענצעדער בייפאל, ווייל אויף צו שלעפן צוהעררער, צוצונאגלען די המון עם, צוצודריקן דעם עמך גוי, צוצוקוועטשן די שכל פון בעלי דעת, איז די איינציגסטע וועג מיט דעמאגאגיע, און איינזייטיגקייט, רעטאריק, און הומאר, [עי' ערך אובאמא ....] און לימבאו מיט זיין טאלאנט זיין כח וואס ליגט איהם אין פיסק, וועט טוהן די דשאב, דאס וועט הייבן די רעיטינגס, 

געזאגט און געטוהן לימבאו האט זיך אריבערגעצויגן אין די גרויסע שטאט ניו יארק אין אנגעהויבן מיט פלייס זיין ארבעט, נעמליך פארכאפן און די עקסטרעמע אנשויאינגן ווי מער תמימי לב, אנדעם אז מען זאל כאפן אז מען ווערט געפיטער מיט עקסטרעמע שיטות, און מען קלאפט א וואנט, און אז עס איז אפטמאהל ווייט ווייט ווי דער מציאות, און ער האט עס געמאכט סאונדן ווי עכט, ער האט עס אראפגעלייגט ווי דאס איז די קלוגע וועג פון טראכטן און ווער עס האלט אנדערש איז וואנזיניג, און אבסורד, און האפענונגסלאז, 

מען דארף דערצו פארמאגן נאך אפאר קוואליפיקאציעס, וועלן מיר אויסרעכענען עטליכע,

ווייל מען דארף אין אכט נעמען אז איינצורעדן די מאסן איז נישט אזוי לייכט, סוף כל סוף איז דאך דא א געמישטער עולם איינער איז נארישער פונעם צווייטן, אבער עס מאכט זיך דאך א פארשוין מיט מער שכל אין די רונדעכיגע באלל וואס איז צום האלז באהאפטן, איז די עצה דערצו געוועהן פילפאכיג, קודם כל מען וועט סקרינען די אריינרופער, און ווער עס וויל זאגן א גוט ווארט, א קאמפלימענט וועט האבן א זכות דיבור, ווער עס וויל גיין ווייטער און זאגן ווי קלוג די רייד זענען וועט האבן א זכות קדימה , ווער עס וועט זאגן אז עס איז גאונות און מוראדיג, וועט מען לאזן רעדן פאר גאנצע דריי מינוט, דאס איז געוועהן א סטראטעגישע פלאן וואס האט זיך אויסגעשטעלט צו זיין ווירקזאם נאכמער האט אבער די פלאן געלויטעט אז דער רעדנער אליין מר לימבאו וועט אליין בכבודו ובעצמו כסדר רעדן פון זיין געוואלדיגע חכמה, און געוואלדיגע געריבנקייט, זיין אומשולדיגע מתנה וואס ער איז באשאנקן געווארן פון הימל אז ער האט שכל, דאס וועט ער חזרן יעדן טאג אפאר מאהל, און עס תמימותדיג ווארעם אראפגעבן און דאס אזויפיל מאהל זאגן ביז ער וועט אלייןס אזוי גלייבן, .......

מען דארף דערצו האבן נאך אפאר קוואליפיקאציעס, וועל מיר אויסרעכענען נאך אפאר דערפון, ווייל מען דארף אין אכט נעמען אז איינצורעדן די מאסן איז נישט אזוי לייכט, סוף כל סוף איז דאך דא א געמישטער עולם איינער איז נארישער פונעם צווייטן, אבער עס מאכט זיך דאך א פארשוין מיט מער שכל אין די רונדעכיגע באלל וואס איז צום האלז באהאפטן, איז די עצה דערצו אפאהרפאכיג, קודם כל מען וועט סקרינען די אריינרופער, און ווער עס וויל זאגן א גוט ווארט, א קאמפלימענט וועט האבן א זכות דיבור, ווער עס וויל גיין ווייטער און זאגן ווי קלוג די רייד זענען וועט האבן א זכות קדימה , ווער עס וועט זאגן אז עס איז גאונות און מוראדיג, וועט מען לאזן רעדן פאר גאנצע דריי מינוט, דאס איז געוועהן א סטראטעגישע פלאן וואס האט זיך אויסגעשטעלט צו זיין ווירקזאם נאכמער האט אבער די פלאן געלויטעט אז דער רעדנער אליין מר לימבאו וועט אליין בכבודו ובעצמו כסדר רעדן פון זיין געוואלדיגע חכמה, און געוואלדיגע געריבנקייט, זיין אומשולדיגע מתנה וואס ער איז באשאנקן געווארן פון הימל אז ער האט שכל, דאס וועט ער חזרן יעדן טאג אפאר מאהל, און עס תמימותדיג ווארעם אראפגעבן און דאס אזויפיל מאהל זאגן ביז ער וועט אלייןס אזוי גלייבן, .......און ס'האט געארבעט ? אבער נאך ווי, 

יעצט צו דעם דארף מען האבן א אויסערגעווענליכע מאס גאווה, חוצפה, און זעלבסטווירדע, ווייל אייגענע רימען, איז דאך געווענליך א שאנדע, און אויף זיך צו קענען באווארפן מיט אזויפיל שאנדע מוז מען דאך זיין א גרויסער גאהרניש, אלא מאי, ער מיינט עס גאהר ערענסט, און ער איז אין "זיך" איבערגעצייגט, און ער איז "אין" זיך איינגערעדט מער פון יעדן איינעם, און די אלע וואס האלטן פון זיין חכמה איז ער עומד בראש, ער טראגט זיין אייגענע פאן, און אנדערע העלפן איהם עס האלטן, און אז מען ווערט אזוי גרויס ביי זיך ווערט דאך יעדער זייער קליין, אז מען גייט ארויף אויף אזוינע הויכע טרעפן אויפן לייטער פון גאווה, מוז דאך די לייטער אויף איינעם שטיין, אז מען קריכט אזוי טיף אריין אינעם "זיך" ווערט מען דאך פארוואנדעלט אין א מין אפגעזונדערטע מענטש, אזא סארט סעלפישע באשעפעניש, וויפיל די "איך" ווערט דערהויבן, ווערט דאך דער "יענער" באגראבן, וויפיל די זעהל ווערט נישט זאט פון זעלבסט רימעריי, אזויפיל ווערט די זעהל ליידיג און פוסט, וויפיל מען פילט זיך אן מיט גאווה ווערט דאך א לאך פון תאווה, וויפיל מען באלעבט די גראבע גוף שטארבט דאך די נפש אויס, און עס בלייבט א געפגרטע זאק פלייש און ביינער, ווערט דאך די נפש לעהר און פארוויסט, קען דאך אזא מענטש מיט א צווייטן זיך נישט צוזאמען לעבן [דריי מאהל געשריבן די צוועלעף שורות, און עווענטועל געבליבן אליין ווי א שטיין] און אז די נפש ווערט נישט באלעבט פון נאטורליכע מענטשליכע געפילן פון באשיידנהייט און עהרע פאר אנדערע , זוכט דאך עס עפעס אנדערע לעבנס מיטלען און באדערפענישן [לאנג טיים\ביג טיים- דראג עדיקט\ פרעסקריבשאן דראג עדיקט (איך האב ליבערשט אנגעכאפט בקיצור מפני הצניעות שיפה להן,)] 

אלזא איז ער טאקע אויסגעשטיגן צו זיין אלס א אויסגערופענע בעל גאה, היינט אז מען זאגט אז ער איז "נאר" א אינטערטעינער [וואס ער איז טאקע] איז ער אינגאנצן באליידיגט,... ער פאררופט זיך אלס דער"פיהררער"פון דיריפאבליקאנער\קאנסערוואטיווער פארטיי\בלאק, ער שטארבט פאר פרייד, און קוועלט פון נחת, ווען עפעס פון זיינע געדאנקן איז ארויס צו די ברייטע גאס, און די מידיא נעצן האבן עס אויפגעפיקט, ווער רעדט נאך ווען אובאמא למשל וואס ער פארפאלגט אזוי וועם ער פאריאגט און פארפלאגט אזוי, מאכט עפעס א סטעיטמענט און לאזט פאלן עפעס א ווארט וועגן איהם, איז ער דאך ממש אין זיבעטען הימל, ער געניסט דאמאלס נאציאנאלע דעקונג, און ער האט וואס צו דרשענען נאך אפאר טעג,

אמת ער פארדינט א מעדאל און אנערקענונג פאר זיין אויסערגעווענליכע כוחות וואס ער פארמאגט, ער פארמאגט א געוואלדיגע שפראך, א געשליפן צונג, א רואיגע מינע, אין א הומאריסטישע צוגאנג, און א באלעבטע וועזן [דראגס???] ער פארמאגט א שטארקע כח פון איבערצייגן זיינע צוהעררער אז ער האלט וואס ער זאגט, און זאגט וואס ער האלט, ער פארמאגט א זעלבסטזיכערקייט וואס לאזט נישט זיינע צוהעררער מסופק זיין אין זיינע רייד, ער באזיצט אויך א שטארקע קראפט און זינגעדיגע טאן מיט וואס ער סערווירט און דעליווערט די שארפסטע עקסטרימסטע מיינונגען מיט זיין דעמאגאגישן טאלאנט און אייגנארטיגע סטייל, אזש אז סקען זיך צודאכטן אז דאס איז גאהר גראד און נארמאל גערעדט, 

צו האבן כסדר טעמעס מוז מען דאך זיין עקסטרימיסטיש, מען מוז כסדר אראפרייסן, מען מוז כסדר פארשווארצן, און טייטלען פינגערס, איעדע פרעדיגער מוז זיין ווייט פונעם אמת ווייל אז נישט דארף מען דאך נישט פרעדיגן קען מען דאך שמועסן, זאגן , דערציילן, האלטן , אד"ג. יעדע רעטאריקער בלאזט פון זיך ווייל ער געבט זיין גאנצע חיות אריין אין זיינע ווערטער און שיטות. יעדע פראפאגאנדירער מוז זיין א עקסטרעמיסט מיט שמאטעס אויף די אויגן פון צו זעהן די אנדערע זייט מטבע, יעדע עקסטרעמיסט איז איין זייטיג יעדער איינזייטיגער איז ווייט פון די מציאות, אין דא איז "זיין" גרעסטע כח, אז ער לייגט דאס אזוי גוט אויס, ער זאגט דאס מיט אזא שיינע סטייל פון רעדן, און מיט אזא אויסגעהאלטענע שפראך אז עס גלויבט זיך נישט אז דאס איז פוסטע דעמאגאגיע, און א אגענדע טרייבט איהם, און א געלט\רעיטינג גייציגקייט שטופט איהם, און אז די צוהעררער שפילן איהם אריין און שפילן זייער טייל פון די שפיל פונקט אזוי ווי ער וויל,

פיין און וואיל , אפגעהאנדעלט, אבער ווי רבוש"ע קומען מיר אריין אין זיין בילד, וואס האבן מיר אין איהם אריינגעוואנדלט, וואס האבן מיר אין איהם געזעהן ??


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל