די לעצטיגע שרעקליכע געשיכטע, ווען עס זענען ארעסטירט געווארן 44 מענטשן פון איבער ניו יארק און ניו דזשערסי צווישן זיי א גרויסער צאל חרדי'שע אידן, האט שאקירט אמעריקע, און נאך מער אויפגעשוידערט דעם יהדות החרדית. אין דעם טאג פון דער אקציע האבן זיך אידן ארומגעדרייט אבל וחפוי ראש, דער מצב איז געווען אנגעצויגן, קיינער האט נישט געוואוסט ווער עס איז "נעקסט." שמועות האבן זיך ארומגעטראגן אז עס קומען נאך א צאל ארעסטן – און דערווייל האט די מידיא געטאן א פענאמענאלער ארבעט מיט'ן אויפבלאזן די געשיכטע ארויס פון יעדן פראפארץ.

פרייטאג, יולי 24, זענען אלע צייטונגען ארויסגעקומען מיט גרויסע "העדליינס" און באריכטן איבער דער געשיכטע. אלע צייטונגען האבן געהאט בילדער אויף דער פאדערשטער זייט פון געקייטלטע חרדי'שע אידן געפירט דורך דער עף-בי-איי צום געריכט – וכדי בזיון וקצף.

ביי רוב רעכטדענקיגע מענטשן האט די דאזיגע געשיכטע צעשאקלט די אינערליכע מחשבות-קעמערלעך, און האט ארויסגעברענגט הרהורים איבער געוויסע אספעקטן פון אונזער לעבנסשטייגער.

דעה-זאגער און א פרעסע וועלכע דינען נישט דעם ציבור'ס אינטערעסן

אזויפיל מענטשן צו וועמען איך האב גערעדט אין די טעג נאך דער געשיכטע האבן זיך אויסגעדרוקט מיט ווייטאג און באדויער אז עס איז נישטא דער מענטש, דער כלל-טוער, וואס זאל זיך אויפשטעלן און אויסשרייען בקול אדיר וחזק: "גענוג איז גענוג!" מיר דארפן טרעפן א וועג ווי אזוי צו לעבן אן דריידלעך און קונצן!

עס האט דערגרייכט א פונקט וואס די חרדי'שע פרעסע און די וועלכע לאזן זיך הערן אויף מיקראפאנען אין זאַלן זאגן גענצליך עפעס אנדערש וואס דער אפגעמוטשעטער, הארעפאשנער – אבער גלייכצייטיג פארשטענדליכער און ארענטליכער – פשוט'ער מענטש וויל הערן.

די היימישע צייטונגען האבן געשריגן מיט קולי קולות איבער דער געשיכטע. וואס איז געווען זייער עיקר נקודה? א מסור! געוואלד! א מסור בתוכינו! פונקט ווי אין דער אלטער היים – אריינשארן אין מצה בעקעריי, א מומר, א משומד, פארשאלטן זאל ער זיין! זיין זכרון איז א דראון עולם, פארשריבן מיט שווארצע טינט אין אונזערע היסטאריע ביכער!

אונזער ארסענאל פון קללות און רעטארישע מאכינאציעס אויף צו פירן א לימוד אראפ פון די רעלסן גלייך אין תהום אריין האט דערגרייכט צו אבנארמאלע שטופעס. א געשיכטע וואס שרייט מיט הימל-קולות: "געוואלד! מיר דארף 'טשעינדזש'! מיר דארפן א וועג ווי אזוי צו לעבן ווי נארמאלע מענטשן!" איז דערשטיקט געווארן צו קידוש-לבנה'דיגע העדליינס איבער א יחיד וואס האט ליידער גע'מסר'ט.

אנשטאט די זעלבע פובליקאציעס זאלן שרייבן עדיטאריעלס איבער דעם חיוב פון פרנסה בדרך כבוד ובדרך הישר, אנשטאט זיי זאלן באוויינען דעם מצב, נוצן די שרעקליכע געשיכטע אלס א "וועיק-אפּ קאל" צו מאכן א חשבון הנפש וואס האט אונז אריינגעפירט צו אזא תהום, האבן זיי געפונען דא א געלעגנהייט צו פירן א קאנקורענץ איבער ווער עס קען באשמירן דעם מסור מיט מער דראון-עולמ'דיגע טיטלען.

אמאל האב איך געזען א גרופע קינדער וועלכע גייען פון קאר צו קאר און צערייסן די טיקעטס וואס די פאליציאנטן האבן דארטן ארויפגעלייגט עטליכע מינוט פריער צוליב פארלעצונגען. די קינדער האבן ווארשיינליך געהאלטן אז די אייגנטימער פון די קארס קומט נישט קיין טיקעטס, האבן זיי דעריבער א טובה געטאן און צעריסן די טיקעטס... ממש אזוי האבן די היימישע פובליקאציעס געטאן מיט דער יעצטיגער געשיכטע. אנשטאט צענעמען דעם פראבלעם, האמערן און שטורעמען אז מען דארף געפינען א וועג ווי אזוי צו לעבן ערליך און אויסגעהאלטן, האבן זיי... צעריסן דעם טיקעט. געטראפן א וועג ווי אזוי אויסצוקרויזן דעם פראבלעם דורך אדרעסירן דעם קריטישן אישו וואס איז יעצט ממש גאר וויכטיג אויפ'ן סדר היום ביים יהדות החרדית: דער מסור.

בת היענה סינדראם

אויב איז שוין יא דא איינער וואס פאדערט אז אונזערע קינדער דארפן באקומען א נארמאלן אלגעמיינעם חינוך וואס וועט זיי צוגרייטן צו פירן א נארמאלן ערליכן, תורה'דיגן, פרנסה'דיגן לעבן, ווערט ער באטראכט ווי א קל און אן אויסוואורף. איי ווי אזוי וואגט מען זיך צו קריטיקירן אזעלכע רייד ווען חז"ל האבן שוין אזויפיל יארן צוריק פארדאמט א מענטש וואס גיט נישט פאר זיין זון די פאטענציאלן פון האבן א געהעריגע פרנסה: "כל שאינו מלמד את בנו אומנות כאילו מלמדו ליסטות!" – ווער עס לערנט נישט פאר זיין זון א פאך איז עס פונקט ווי ער לערנט אים צו זיין א רויבער.

ס'איז אינטערעסאנט אז ווען די גמרא שרייבט ערגעץ אנדערש זייער אן ענליכן לשון: "כל המלמד את בתו תורה כאילו מלמדה תיפלות" – ווער עס לערנט פאר זיין טאכטער תורה איז עס פונקט ווי ער לערנט מיט איר אומווערדיגקייטן, קערסטו איבער א וועלט מיט מחאות אויף די וואס געפונען הלכה'דיגע היתרים, אבער ווען די זעלבע חז"ל זאגן "כל שאינו מלמד את בנו אומנות כאילו מלמדו ליסטות," נעמסטו אן א מויל פול מיט וואסער. איין גמרא שטעמפלט מען אפ אלס כמעט "יהרג ואל יעבור", און די צווייטע איז אגדתא, נישט-רעלעוואנט, אדער גאר... השכלה! רחמנא ליצלן מהאי דעתא.

כדי צו וויסן וואס "תיפלות" מיינט דארף מען אריינקוקן אין די פירושים – ס'איז נישט א געווענליך ווארט. אבער וואס "ליסטות" מיינט איז, דוכט זיך, גאנץ קלאר – אויב האט איר נאך א ספק זייט אייך מתבונן אין אונזער לעבנסשטייגער, אדער כאפט א בליק אויף די פאדערשטע זייטן פון די נאציאנאלע צייטונגען פון פארגאנגענעם יולי 24. (אדער די צייטונגען צוויי טאג שפעטער איבער א פרישן היימישן פאל, אדער עטליכע וואכן פריער איבער אנדערע פעלער, ה"י.)

אוודאי קענט איר מיר ענטפערן אז פונקט די ארעסטירטע זענען בלויז אריינגעפאלן דורך א געמיינעם מסור. איז דאס אבער די נקודה? צי ווייסטו דען נישט וויפיל פראצענט מענטשן פון דיין קרייז לעבן נישט קיין נארמאלן לעבן? וועמען נארסטו? פארוואס טראכסטו אז דו קענסט פארווישן די גאנצע געשיכטע מיט'ן פארענטפערן די יחידים וועמען מען האט ארעסטירט. צי קלערסטו נישט אז עס איז געקומען די צייט אמת'דיג צו קוקן וואס עס טוט זיך מיט אונזער וועג פון לעבן?

איז טאקע נישטא קיין עצה?

עס דרייען זיך היינט ארום מענטשן מיט אזעלכע וואנזיניגע מחשבות וועלכע זיי דערקלערן אפן: "ב"ה מיינע קינדער קענען נישט קיין ענגליש..." פון וואנעט נעמט זיך אזעלכע השגות? הרה"ח ר' חיים משה שטויבער הי"ו האט געזאגט פאר דעם שרייבער פון די שורות אז ער האט געהערט פון זיין רבי'ן כ"ק אדמו"ר מסאטמאר זצ"ל בזה"ל: "איך זאג, אז דאס ביסל ענגליש וואס מ'לערנט ביי אונז אין די חדרים, נישט נאר אז מ'מעג דאס לערנען נאר מ'מוז דאס לערנען... און קענען! סוף כל סוף וואוינט מען דא אין א לאנד וואס די שפראך איז ענגליש, און וואס א פנים האט עס ווען ס'איז דא אזעלכע היגע-געבוירענע וואס קענען זיך אפילו נישט אונטערשרייבן דעם נאמען..."

הערט אויף טענה'ן אז עס איז נישטא קיין אנדערער וועג. די ליטווישע אידן גייען אויך נישט אין קאלעדזש. וויפיל פון זיי האט איר געזען אין די פּ"י-סמ"ך אפיסעס? וויפיל פון זיי האט איר געזען אין דעם חלק ח' אפיס? ענטפערט בנאמנות, יעדער מוטשעט פאר פרנסה, אבער איז נישט פאראן א וועג ווי אזוי צו לעבן אן גיין אויף א דרך וואס איז קעגן די תורה, קעגן אלעס וואס מען האט אונז געלערנט, און קעגן פשוט, יסודות'דיגע מ-ע-נ-ט-ש-ל-י-כ-ק-י-י-ט!

ווי אזוי קענט איר זיצן אין א דירה מיט $20,000 פורנישטור און שרייען אז "מען קען נישט לעבן אנדערש"? און אויב שפירט איר זיך געצוואונגען צו האבן אזעלכע טייערע שטוב-איינריכטונגען צוליב געזעלשאפטליכע פרעשור, קלערט איר טאקע אז שטייער-צאלער דארפן דאס פאנדן? ערליכע שטייער-צאלער וועלן אייך ליבערשט באצאלן א פסיכאלאג וועלכער זאל אייך ערקלערן אויף מאמע-לשון אז מען דארף לעבן לויט וויפיל מען קען זיך ערלויבן.

"יעדער"?!

אנקעטעס ווייזן אז 90 פראצענט פון דער אמעריקאנער באפעלקערונג האלט אז שווינדלען שטייערן איז אוממאראליש. און בלויז 3 פראצענט האלט אז עס איז יא מאראליש אמאל בשעת הדחק. יעצט וועמען ווילט איר איינרעדן אז "יעדער" טוט עס? וועמען ווילט איר איינרעדן אז א געזעלשאפט ווי אנקעטעס וואלטן מסתמא געוויזן ציפערן וועלכע זענען פונקט קאפויער איז אזוי ווי "יעדער"?

און וואס ווילט איר מיר איינרעדן איבער "יעדער" ווען נישט לאנג צוריק איז באריכטעט געווארן אז א חסידי'ש שטעטל פארמאגט די העכסטע פראצענט פון "פוד סטעמפס" געניסער איבער סיי וועלכן געגנט אין גאנץ אמעריקע. איר הערט ווערטער? איבער ג-א-נ-ץ א-מ-ע-ר-י-ק-ע!

א באריכט פון פארגאנגענעם יאנואר זאגט אז דאס שטעטל איז "דער ארעמסטער פלאץ אין לאנד... מער ווי צוויי-דריטל זענען אונטער דער פעדעראלער ארעמקייט ליניע, און מער פון 40% באקומען "פוד סטעמפס"... דאס מאכט עס ארעמער פון אזעלכע בארימטע נאכגעלאזטע געגנטער ווי מערב סט. לואיס." נעמט אין באטראכט אז דער 40% ציפער איז אין קאנטראסט צו דעם יעצטיגן רעקארד-הויכן דורכשניטליכן ציפער פון "פוד סטעמפס" געניסער אין אמעריקע: 11%.

"אבער מ'מעג"

איך האב אויך געהערט די מיליאנען התירים וואס מען טרעפט פון אונטער דער ערד. איך וועל שוין נישט אריינגיין אין דעם אז ווען אנדערע קרייזן טרעפן הלכה'דיגע היתרים אויף צניעות אדער שבת ביסטו דער וואס שימפט אז זיי זענען מקיים "פּיק ענד טשוז" – וועלן זיך אויס מקיים צו זיין הלכה וואו עס שמעקט זיי, און ווען נישט טרעפן זיי הלכה'דיגע "לופּהאולס" צו טרעפן היתרים. מיין עיקר נקודה דא איז אז הלכה קומט נישט דא אריין; עס איז פשוט א' ב' פון מענטשליכקייט אז מען טאר נישט טאן די אלע דריידלעך.

גיב א קוק וואס דער ספר הכוזרי שרייבט (מאמר ב, אות מז-מח): "מה ה' דורש ממך כי אם עשות משפט ואהבת חסד... וזולת זה הרבה. אלה והדומה להם הם החוקים השכליים, והם הקדמות והצעות לתורה האלוקית, קודמות לה בטבע ובזמן, אי אפשר בלעדיהם בהנהגת איזו קהלה שתהיה מבני אדם, עד שקהל הליסטים אי אפשר שלא יקבלו הצדק ביניהם, ואם לא, לא הייתה מתמדת חברתם."

רבינו יהודה הלוי זאגט אונז דא אז די פשוט'ע מענטשליכע חוקים וואס יעדער מענטש פארשטייט אליין איז פאר די תורה בטבע און בזמן. נאך פאר די תורה איז געגעבן געווארן זענען געווען דברים פשוטים וואס יעדער האט פארשטאנען צי מען מעג זיי יא טאן צי נישט. אט די חוקים זענען די יסודות פון דער מענטשהייט. עס איז ממש אבסורד ווען עס קומט צו זאכן וועלכע גייען אריין אין די גדרים פון "עשות משפט ואהבת חסד" צו קומען ברענגען ראיות אויף יא אדער אויף ניין פון דעם שורת הדין. דער אויסדרוק "עס שטייט אין דעם פינפטן שלחן ערוך" איז נישט סתם א וויץ, עס איז געבויט אויף אט דעם פריערדערמאנטן געדאנק פון רבינו יהודה הלוי – גערעכט, עס שטייט נישט אין די פיר חלקים פון רבינו יוסף קארו'ס שלחן ערוך. עס איז אבער דא א פינפטער חלק וואס השי"ת האט נאך געגעבן פאר דער מענטשהייט נאך פון אדם הראשון, נאך אפילו פאר ער האט געגעבן די תורה. און דאס איז: "כי אם עשות משפט ואהבת חסד" – זיי א מענטש, טו דאס וואס דער גאנצער מין האנושי טוט קאלעקטיוו באטראכטן אלס ריכטיג; זיי אן ערליכער מענטש.

און וואס איז יעצט?

איך האב נאר איין מעסעדזש: וועקט אייך אויף! עד מתי?! ווי לאנג נאך וועלן די גרויסע מויל מאכער אנפילן זייערע גרויסע מיילער מיט גאלאנען וואסער. מיר פשוט'ע אידן ווילן לעבן ווי נארמאלע מענטשן. קומט אויף מיט עצות – נישט מיט שימפן און טרעפן חסרונות ביי יענעם. שוין גענוג יארן האבן מיר גע'חזר'ט די סלאגאנען איבער וואס מיר טארן נישט – יעצט במטותא מיניכו: וואס קענען מיר יא טאן? העלפט אונז לעבן ווי נארמאלע, ערליכע מענטשן!

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל