וויליאמסבורג - א געלונגענער ארעסט איז צושטאנד געקומען די וואך און נאך א פאברעכער איז אראפ פון די גאסן א דאנק די געניטע און פראפעסינאלער ארבייט פון די חברה שומרים ד'וויליאמסבורג.

די געשיכטע האט זיך אפגעשפילט מאנטאג נאכט אין די געגענט פון בערי, סאוט אכט און בראדוויי. א אינגערמאן האט פארקירט זיין אויטא אין די געגענט ווען ער האט אנגעמערקט אז אן ערל קלאפט אויף זיין פענסטער. ווען דער אינגערמאן האט גארנישט פארדעכטיגט האט ער געפענט דעם פענסטער און געפרעגט דעם ערל וואס ער וויל. דער ערל האט אום קאלט גענטפערט אז ער דארף זיין קאר.

דער אינגערמאן האט נישט געכאפט וואס דא גייט פונקט פאר און אויסגעפרעגט דעם ערל וואס ער וויל טוען מיט דעם קאר אויף וואס דער ערל האט גענטפערט אז ער וויל דערמיט אוועקפארן און ניצן דעם קאר.. דער אינגערמאן האט געשווינד פארמאכט דעם פענסטער אבער נישט איידער דער ערל האט ארויסגענומען א מעסער פון טאש רח"ל פאכענדיג פאר דעם דעשראקענעם אינגערמאן אין פנים.

דער אינגערמאן איז גלייך ארויס פון קאר און דאס איבערגעגעבן פארן ערל און גלייכצייטיג גלייך אנגעריפן חברה שומרים נאכצוגיין דעם ערל.

עטליכע מיטגלידער פון חברה שומרים זענען אין איילעניש אנגעקומען אויפן ארט און אנגעפאנגען נאכזיכן דעם ערל. ווען צו דער זעלבער צייט האבן די וואלאנטירן אקטעוועזירט די פאליציי ארויסצוהעלפן אונעם געיעג.

נאך בערך א האלבע שטונדע פון זיכן האט א שומרים מיטגליד געפינען דעם ערל ארומפארן מיט דעם אינגערמאן'ס אויטא ווי ער האט אום פארהאלטן און די פאליציי האט אום ארעסטריט אויפן ארט.

דער קעפטין פון די 90 פריסינקט האט אנגעריפן די קארדינעטער פון חברה שומרים זיך צו באדאנקן פאר די געלונגענער ארעסט און גלייכצייטיג געמאלדן אז דער ערל ווערט אנגעקלאקט אויף עטליכע קלאגעס אין געריכט.



נאך א איצטידענט איז פארגעקומען עטליכע מינוט דערויף אונעם זעלבן נאכט ביי די פראדזשעקטס בילדונג אויף ראובלינג סט. ווען אן ערל איז צוגעגאנגען צו א היימישע פרוי און איר אנגעפאנגען שלאגן און איר אומגעווארפן אויף דער ערד.

עטליכע מיטגלידער פון די חברה שומרים זענען דארט געווען אין בליץ סעקונדע'ס ווי זיי האבן געכאפט דעם ערל און אום איבערגעגעבן פאר די פאליציי וועלעכע האבן אום ארעסטירט אויפן פלאץ.

וויליאמסבורגער איינוואוינער זענען פיל מיט לויב ווערטער און באדאנקן זיך פאר די געלונגענע און געניטע ארבייט וואס ווערן דורכגעפירט דורך חברה שומרים און אלע זייערע מיטגלידער.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל