די מענטשליכע הויט איז אפט אויסגעשטעלט צו פארשידענע כראנישע פראבלעמען וועלכע שטאמען פון א פראבלעם אינעם אימיון סיסטעם, יעדע פאל פאדערט א מעדיצינישע באגלייטונג און פערזענליכע באהאנדלונג.

די ציל פון די אינפארמאציע איז צו געבן פאר די ליידנדע מעגליכע עצות וויאזוי זיך צו ספראווען מיט דעם פראבלעם, אבער עס איז אלעמאל ראטזאם זיך צו איבעררעדן מיט אן עקספערט אדער א דאקטאר.

בילד





עקעזעמע 

עקזעמע איז א טערמין וואס ווערט גענוצט פאר א רייע פון הויט פראבלעמען און אנצינדונגען. (די מערסט באקאנטע פארעם דערפון איז ״עטאפיק דערמאטיטיס״. א גענעטישע צושטאנד וועלכע קען אפט קומען באגלייט אויך מיט אנדערע כראנישע פראבלעמען ווי אסטמע און היי פיווער.)

זי ווערט כאראקטעריזירט מיט די סימפטאמען פון רויטע הויט, טרוקענע הויט, קליינע בלאטערליך און א קראציגע הויט.

עקזעמע באטרעפט אזוי פיל ווי 20% פון קליינע קינדער ביז צען יאר אלט, און ארום 3% פון ערוואקסענע מענשטן.

עקעזעמע קומט אן אין פארעם פון א רעש וועלכע קראצט און איריטירט. און שלאגט אויס אויפ׳ן פנים אדער אונטער די ארעמס, ביי די קניען און אנדערע פלעצער ווי די הויט איז מער אויסגעשטעלט צו אנטוויקלן א רעש.

עקזעמע איז מיינסטנס אן עלערגישע רעאקציע וואס מיינט אז די סימפטאמען קומען הויפטזעכליך ווען דער ליידנער קומט אין בארירונג מיט געוויסע זאכן וועלכע ערוועקן דעם עקזעמע.

די זאכן וועלכע ערוועקן עקזעמע זענען פארשידנארטיג, עס רעכנט אריין ביי טייל שטארקע היץ  און קעלט, געוויסע זייפן אדער כעמיקאלן, אדער קומען אין בארירונג מיט בעלי חיים, און נאך פארשידענע זאכן.

עקזעמע איז נישט גענצליך היילבאר, אבער אויב לייגט מען צו אויפמערקזאמקייט צו די זאכן וועלכע ערוועקן דעם הויט צושטאנד קען מען אזוי ארום פארמיידן די אלערגיעס. און אזוי אויך זענען דא פארשידענע זאלבן וועלכע פארגרינגערן די סימפטאמען.

פארמיידן אן אויסברוך

עס איז וויכטיג צו באהאנדלן אן אויסברוך פון עקזעמע מיט זאלבן אדער מעדיצינען וועלכע פארמיידן דאס קראצן וויבאלד דאס קען פירן צו אן אנצידונג און א פארערגערונג אין די סיטואציע.

אויב איז דא א שטארקע אויסברוך דארף מען גיין צו א דאקטאר עס צו באהאנדלן און עס איז מעגליך וויכטיג צו פארשרייבן אנטי-ביאטיק אז די אנצינדונג זאל זיך נישט אויסשפרייטן.

עס איז וויכטיג צו וויסן אז די געווענליכע מעדיצינען וואס די דאקטוירים פארשרייבן קומען טיילמאל מיט ״סייד עפעקטס״ וועלכע עס איז גוט צו פארמיידן, דעריבער איז ראטזאם צו פרובירן נאטורליכע מיטלן פאר מען נעמט געהעריגע מעדעצינען.


*טראץ וואס עקזעמע איז א כראנישע צושטאנד קען מען פארמיידן אויסברוך דורך פארשידענע מיטלן:

*אוועקשטיין פון מאטריאלן צו וועלכע איר קענט זיין אלערגיש

*האלט די הויט פייכט דורך נוצן א לאשען אדער מויסטשורייזער.

*פארמיידט פלוצלינגע דראסטישע טוישן אין טעמפאראטור.

*פארמיידן שטארק שוויצן אדער איבערהייצן דעם קערפער.

*פארמיידט ״קראציגע״ שטאף ווי וואל און ענליכע שטאפן.

*נוצט נישט קיין שארפע זייפן אדער שאמפו, און אויך אומגעזונטע דיאדעראנט.

*האלט חשבון אויף וואס איר עסט צו דערגיין וואס פארבעסערט אדער פארארגערט דעם צושטאנד.

בילד

פסוריאזיס

פסוריאזיס איז א כראנישע צושטאנד וואס טרעפט זיך אפט, עס קומט אין פארשידענע פארמען און טיילמאל מער ערנסט און טיילמאל בלויז טיילווייז אויפ׳ן קאפ. אדער ביי די קניען. אין מער ערנסטע פעלער פארשפרייט זיך עס איבער׳ן גאנצן קערפער.

פסוריאזיס פארעמט זיך שטייטליך, מיט שטיקער פון רויטליכע הויט וועלכע זעט אויס צו זיין דיקער, אבער ווען מען קראצט עס ווערט דאס שנעל בלוטיג און אנצינדן.

-

עס איז נישט קלאר וואס ברענגט פסוריאזיס, עקספערטן האלטן אז עס א קאמבינאציע פון עטליכע זאכן, און אז עס הייבט זיך אן מיט א פראבלעם אינעם אימיון סיסטעם וועלכע ברענגט די הויט צעלן צו זיך טוישן צו שנעל, אין נארמאלע הויט טוישן זיך אלע הויט צעלן ארום יעדע 30 טעג, און ביי פסוריאזיס ליידנדע טוישט זיך עס ארום יעדע 3-4 טאג.

-

עס זענען דא פארשידענע זאכן וועלכע קענען ביישטייערן צו אן אויסברוך אין פסוריאזיס, אריינגערעכנט שניטן. עמאציאנעלע סטרעס און א סטרעפ אינפעקציע.

באהאנדלונג


פסוריאזיס ווערט באהאנדלט מיט פארשידענע מעדיצינישע מיטלן, ווי סטעראוידס, אדער מעדיצינען וועלכע פארשטייטערן די באנייאונג פון די הויט צעלן. אבער אויך איז ראטזאם צו נוצן געווענליכע מיטלן ווי למשל האלטן די הויט פייכט מיט מויסטורייזער און אזוי אויך טוע דאקטוירם ראטן צו נוצן א וויטאמין די זאלב.

נאטורליכע באהאנדלונגען

*וואזאלין אדער אנדערע דיקע זאלבן קענען העלפן פארמיידן אן אויסברוך וויבאלד עס האלט אפ די הויט פון זיך שיילן.

*שמירן די קאפ מיט עפל-עסיג שטעלט זיך ארויס צו זיין זייער ווירקזאם אין פילע פעלער, אבער פארשטייט זיך נישט ווען עס איז דא אפענע וואונדן אויפ׳ן קאפ.

*פארברענגט צייט אונטער די זון, די מערסט ווירקזאמע מיטל צו פארלייכטערן די סיפטאמען שטעלט זיך ארויס צו זיין נאטורליכע זון שטראלן.

*ים המלח. די ים המלח אין ארץ ישראל איז בארימט מיט העלפן ליידנדע, אבער מען קען אויך קויפן מינעראל זאלץ און אריינלייגן אין באד אינדערהיים.

*סערען רעפ. ארומנעמען די האנט אדער פוס מיט די קלעבעדיגע דינע פלאסטיק שטעלט זיך ארויס צו העלפן פאר פילע ליידנדע, עס איז ראטזאם צו שמירן א זאלב און דאן ארומלייגן דעם פלאסטיק פאר די נאכט.

*אמעגא-3, א נאטורליכע פעטקייט וועלכע קומט אין גרויסע קוואנטומ׳ס אין פיש ווי טונא און סעלמאן שטעלט זיך אויך ארויס צו לינדערן די פראבלעמען.

*עלאו ווערא, מיליאנען ליידנדע זענען שוין געהאלפן געווארן פון דעם וואונדערליכן געוואוקס וועלכע פארמאגט א נאטורליכע זאלב דערינען וואס לינדערט די שמערצן.

א שוויץ-באד איז גאר געזונט פאר׳ן קערפער

עס ווערט שוין דערמאנט אין די גמרא אז א שוויץ-באד איז גאר געזונט, און די מעדיצינישע וועלט הייבט שוין לאנג ארויס אז עס קען ברענגען פארשידענע געזונטהייט בענעפיטן פאר די לונגען און הויט, אבער א לעצטערע שטודיע נעמט עס א טריט ווייטער און זאגט אז גיין אפט אין שוויץ קען העלפן פארמיידן בלוט-שטורצן (סטראוקס) און נאך מחלות.

די שטודיע זאגט אז זיי האבן אונטערזוכט טויזנטער מענטשן, און עס שטעלט זיך ארויס אז די וועלכע גייען רעגלמעסיג אין שוויץ-באד זענען מיט 60% ווייניגער אויסגעשטעלט צו ליידן פון א סטראוק.

פאר די שטודיע האט מען זיך באנוצט מיט איינוואוינער אין פינלאנד ווי עס איז שטארק איינגעפירט צו האבן א שוויץ-באד אינדערהיים און רוב פינישע ערוואקסענע גייען עטליכע מאל א וואך אדער גאר יעדן טאג אין שוויץ.

נאך 15 יאר נאכפאלגן א גרופע פון 16,000 ערוואקסענע, האט זיך ארויסגעשטעלט אז 200 פון זיי האבן געליטן פון א סטראוק, און נאכ׳ן צוטיילן די גרופע צווישן די וועלכע גייען אין שוויץ רעגלמעסיג און די וועלכע גייען נישט האט זיך ארויסגעשטעלט אז צווישן די וועלכע גייען נישט אין שוויץ זענען געווען 8.2% וועלכע האבן געליטן פון סטראוקס און צווישן די וועלכע גייען עטליכע מאל א וואך זענען געווען בלויז ארום 2% וועלכע האבן געליטן פון א סטראוק.

די סיבה דערפאר איז צוליב דעם וואס א שוויץ נידערד די בלוט דרוק און העלפט פאר א בעסערע בלוט צירקולאציע, און אזוי אויך טוען זיי פארבעסערן דעם אימיון סיסטעם.

שפייזן מיט נאטורליכע פרא-ביאטיק קענען העלפן פארבעסערן די גוסטע

וויסנשאפטלער און דאקטוירים זעען איין מער און מער די קריטיש וויכטיגע טייל וואס די אינערליכע מיקראבן אין די קישקעס און די מאגן דינען פאר׳ן גאנצן אימיון סיסטעם, א געזונטע און באלאנסירטע ״ביאם״ טוט פארמיידן פילע מחלות.

לעצטנס זענען וויסנשאפטלער ביי די מיינונג אז די ביאם איז נישט בלויז פאראנטווארטליך פאר א געזונטע אימיון סיסטעם און דעם פארדייאונגס סיסטעם, נאר האט א דירעקטע איינפלוס אויף אונזער גוסטע און אלגעמיינע גייסטישע געזונט צושטאנד, א גוטע און באלאנסירע בייאם ברענגט א בעסערע גוסטע. און דאס ארבייט אויך פארקערט, סטרעס און אנגעצויגנקייט שאדט פאר׳ן בייאם און ברענגט פיזישע שאדנס.

דעריבער איז ראטזאם צו עסן שפייזן וועלכע זענען רייך אין פרא-ביאטישע באשטאנדטייל וועלכע העלפן דעם בייאם, דאס רעכנט אריין קאטעדש-קעז. גריכישע יאגורט. עפל סיידער. זויערע אוגערקעס, זויער-קרויט, און אזוי אויך ברויט פון זויערטייג, און אפילו א גלעזל מילך אדער א פאר גלעזלעך מילך קען פארמאגן א שיינע קוואנטום פון פרא-ביאטיק.

קיו-טיפס פירט טויזנטער קינדער צום עמערדשענסי רום

א נייע שטודיע פארעפנטליכט אין א נאציאנאלע מעדיצינישע זשורנאל ווארנט איבער די געפאר פון נוצן די וואטענע שטעקלעך צו רייניגן די אויערן פאר קינדער, זאגנדיג אז צענדליגע קינדער ווערן טעגליך אפגעפירט אין שפיטאל נאכ׳ן ווערן געשעדיגט פון די אויערן רייניגערס. דאס קומט אויס צו ארום 12500 קינדער וועלכע ווערן יעדעס יאר באהאנדלט צוליב דעם.

״עס איז נישט אזוי ווי פוצן די ציין, קינדער דארפן נישט פיצן די אויערן, עס איז געפארפול און איבריג״ שרייבן די דאקטוירים, צווישן די צענדליגע טויזנטער קינדער זענען דא הונדערטער פעלער אין וועלכע דאס ברענגט ערנסטע שאדנס צו די אויערן נאכדעם וואס די אינעווייניג פון די אויערן ווערן געשעדיגט און עס מאכט שניטן אין די אויערן קאנאלן. זיי שרייבן אז אויב מאכט זיך א פראבלעם פון וואקס אין די אויערן זאל מען נעמען די קינדער צו א דאקטאר און נישט נוצן אליין די קיו-טיפס.

פרוי קריגט צוריק ״חוש המישוש״ אין איר פראסטעטישע האנט

אין א דראמאטשיע טעכנאלאגישע דורכברוך האט א פרוי וואס האט פארלוירן איר האנט און באקומען א פאלשע האנט האט באוויזן צו באקומען א געפיל אין אירע האנט דורך פארגעשריטענע טעכנאלאגיע

 די דורכברוך קומט נאך א לאנג-יעריגע צוזאמענארבייט פון דאקטוירים, ערפונדער, קאמפיוטער וויסנשאפטלער און א רייע ספעציאליסטן וואס האבן געארבייט צוזאמען אויף דעם פראיעקט אין רוים איטאליע, און די וואך איז עס צום ערשטן מאל אויספרובירט געווארן אויף א פאציענט מיט גרויס הצלחה.

די פראסטאטישע האנט איז אויסגעשטאט מיט סענסארס וועלכע דערשפירן אויף יעדן אביעקט אויב עס איז הארט צו ווייעך, הייס אדער קאלט, און אזוי ווייטער, און עס שיקט די אינפארמאציע אין פארעם פון וויבראציע וואס די מח לערנט זיך צו אויפכאפן און ווערט טרענירט צו באארבייטן די אינפארמאציע אזוי ווי א געווענליכע האנט ווען עס שפירט.

דאס איז א שטארקע דוררברוך וועלכע קען ברענגען ווייטערדיגע אנטוויקלונגען אין דעם פעלד פון צולייגן ראבאטשיע איברים פאר מענטשן וואס פארלירן ל״ע קערפער טיילן. דער דאקטאר וואס שטייט אין שפיץ פונעם פראיעקט זאגט אז עס האנדלט זיך פון אן ערפונדונג וואס מען האט נישט געקענט אפילו פאנטאזירן מיט א פאר יאר צוריק.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל