א טעקסי דרייווער אין די שטאט אודישא אין אינדיא, איז אומגעברענגט געווארן דורך א פארוואונדעטן בער ווילנדיג נעמען א סעלפי מיט אים.
די מעשה האט פאסירט ווען דער טעקסי דרייווער האט אהיימגעפירט א גרופע פון א חתונה, און האט זיך אפגעשטעלט אינמיטן וועג זיך אפצורוען. 'פראבא באהאטרא' איז ארויס געגאנגען פון זיין אויטא ווען מיטאמאל האט ער באמערקט א פארוואונדעטן בער זיצן אויפ'ן ראוד, פאר פראבא האט אנגעכאפט דאס גלוסטעניש זיך איינצושטעלן צו כאפן א סעלפי, אבער זיינע רייזענדע האבן אים אנגעווארענט אז דאס איז מסוכן און ער שטעלט זיך דערמיט איין דאס לעבן.
פאר פראבא ווילנדיג אזוי שטארק כאפן דעם סעלפי איז נישט צופיל אנגעגאנגען וואס זיינע רייזענדע האבן געשריגן, ער איז צוגעגאנגען צו דעם בער און זיך געגרייט צו נעמען דעם סעלפי, אזא געלעגנהייט מאכט זיך דאך נישט א יעדן טאג. בפרט יעצט ווען דער בער איז פארוואונדעט און קען זיך נישט געהעריג קיין עצה געבן.
פראבא האט זיך אבער טועה געווען מיט זיין טעאריע, און ווי נאר ער איז צוגעגאנגען נאנט צו דעם בער האט אים דער בער א כאפ געגעבן און צומאלן אויף שטיקער אויף אן אגרעסיווען אויפן.
די רייזענדע וואס זענען געפארן מיט פראבא'ס טעקסי, זענען געשטאנען ביי די זייט און האבן אפגעכאפט דעם גאנצן ספעקטאקל, און ווען זיי האבן דערזעהן אז זייער טעקסי דרייווער איז אונטער אטאקע, האבן זיי זיך גענומען ווארפן שטיינער און אביעקטן, אבער ס'איז שוין געווען צו שפעט און פראבא, זייער טעקסי דרייווער איז שוין געווען א פארגאנגענהייט.
נאך ערגער איז געווען דער מצב ווען ערשטע הילף האט נישט געקענט אנקומען אויפן ארט אין צייט, וויבאלד זיי זענען געווען גאנצע זעקס מייל אוועק פון וואו דער אינצידענט האט זיך אפגעשפילט. ווען זיי זענען ערשינען אויפן סצענע האבן זיי געפונען פראבא'ס קערפער אויפגעביסן. זיי האבן שנעל אוועקגעפירט דעם קערפער פון פראבא, און האבן נייטראליזירט און אוועקגעפירט דעם אגרעסיווען בער.
די פאמיליע פון פראבא האבן באקומען 450$ פאר די אויסגאבן פון די לויה. די שיכינים ארום פראבא'ס פאמיליע האבן אפגעהאלטן פראטעסטן און בלאקירט ראודס צו צווינגן די שטאט צו געבן מער געלט פאר די פאמיליע אין פארגיטיגונג.
אויטאריטעטן האבן געזאגט אז זיי ווייסן נאכנישט קלאר וועלכע מין בער דאס איז געווען. עס געפונען זיך דריי מינע בערן אין די אינדיאנער געגענטער איינס איז דער הימאליען בער, אן אנדערער איז דער ברוינער בער, און דער דריטער רופט זיך גלאט בער. די ערשטע צוויי בערן דרייען זיך נאר אין די האמליען געגנט פון אינדיע, און דער דריטער בער דרייט זיך אין גאנץ אינדיע.
דער גלאט בער דרייט זיך זייער אפט אין די אינדיאנער שטעט און דערפער, אין רעזולטאַט ברעכט אויס פון מאל צו מאל געשלעגרייען צווישן די איינוואוינער פון די שטעט מיט די בערן וואס וואנדערן אריין אין זייער וואוין ארט. די גלאט בערן האבן פון איר סארט אין אינדיע איבער 20,000 בערן.
לויט א באריכט פון א מאגאזין וואס גיבט זיך אפ מיטן באשרייבן נאטירליכע חיות און באשעפענישן, זענען פון 2001 ביז 2009 געשטארבן איין און אכציג מענטשן, דורך די גלאט בערן, און אנדערע 712 מענטשן זענען געשעדיגט געווארן. די גלאט בערן פלעגן אפט אמאל גענוצט ווערן אין די פארגאנגענהייט אונטערצוהאלטן פארזאמלטע, אבער איז אפגעשטעלט געווארן דורך די רעגירונג צוליב פארשידענע סיבות.

הוסף רשומת תגובה