ענווייראמענטל קריזיס אין די וואסערן נעבן סרי לאנקע

א קארגא שיף, וואס האט געטראגן אויף זיך שעדליכע כעמיקאלן, האלט אינמיטן זינקען אין די וואסערן נעבן סרי לאנקע, אנברענגענדיג א פארפעסטיגונג קאטעסטראפע אין די ארטיגע וואסערן.

די שיף וואס פירט ספעציעלע כעמיקאלן איז פארכאפט געווארן אין פלאמען, און די ארטיגע אויטאריטעטן האבן פראבירט צו ברענגען די פייער אונטער קאנטראל פאר עטליכע טעג, אבער אן ערפאלג.

הונדערטער טאן פון די שעדליכע מאטריאלן זענען אריינגערינען אין די וואסערן ארום, און א גרויסע פלעק פון א כעמישע געמויזעכץ זעט זיך אן אויף די וואסערן ארום.

(אונז האבן באריכטעט די נייעס אז די שיף האט געברענט מיט עטליכע טעג צוריק. מיר האבן אין יענע באריכט געשריבן אז די פייער איז שוין געברענגט געווארן אונטער קאנטראל, וואס איז געווען א טעות פון אונזער זייט, און מיר אנטשולדיגן זיך דערפאר).

© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל